קבלה־מעדיטאַציעס אינעם סאַטמאַרער ייִדישלאַנד

Kabbalah Meditations in Satmar Yiddishland

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published March 27, 2015, issue of April 17, 2015.

נישט לאַנג צוריק, אין יאַנואַר, האָט מײַן לעבנס־וועג דערגרייכט אַ געוויסן וויכטיקן פּונקט. איבערקוקנדיק די קבלה־ספֿרים אויפֿן סקלאַד פֿונעם באַקאַנטן פֿרומען פֿאַרלאַג „מאָזניים‟ אין באָראָ־פּאַרק, האָב איך געטראָפֿן אַ גאָר אינטערעסאַנטן ספֿר מיטן נאָמען „שׂפֿתי־חן‟ — אַ כּמו־אָפֿיציעלער סאַטמאַרער אײַנפֿיר אין חסידות און קבלה, פֿון הרבֿ שמואל קרויס און הרבֿ חיים־צבֿי־מנחם מענדלאָוויטש. הגם דער ספֿר איז אַרויס מיט 7 יאָר צוריק, האָב איך עס ערשט איצט אַנטדעקט על־פּי צופֿאַל.

אַ גרויסער טייל פֿונעם ספֿר, באַגלייט מיט אַ הסכּמה פֿונעם סאַטמאַרער רבין פֿון קרית־יואל, אַהרן טייטלבוים, ווי אויך פֿון אַ גאַנצער ריי אַנדערע „היימישע‟ רביים און רבנים, שטעלט ער מיט זיך פֿאָר אַן אויסגעצייכנטן מוסטער פֿון בפֿירוש שאַרפֿער קבלה־פּראָפּאַגאַנדע. הרבֿ שמואל קרויס איז געווען אַ סאַטמאַרער ייִד פֿון מאַנטשעסטער און לאָנדאָן, וועלכער האָט געוווינט אין סיגייט, אַ פּריוואַטע ים־געגנט אויף דרום־מערבֿ פֿון ברוקלין. ווי איך האָט אויסגעפֿונען, פֿירט זײַן תּלמיד, הרבֿ חיים־צבֿי־מנחם (הערשל) מענדלאָוויטש, ערנסטע קבלה־שיעורים אין קרית־יואל.

אינעם ספֿר ווערט דערקלערט, אַז, לויט געוויסע דעות, מוזן אַפֿילו קליינע קינדער לערנען קבלה און חסידות, און אַז די 20־יאָריקע יונגע־לײַט מוזן עס זיכער טאָן, כּדי צו ברענגען די גאולה; אַז קבלה־שטודיעס מוז מען אויסנוצן פֿאַר פּראַקטישע מעדיטאַציע־עבֿודות; און אויב פֿאַר עמעצן איז שווער צו לערנען גמרא, דאַרף מען זיך דווקא פֿאַרנעמען מיט קבלה.

די סאַטמאַרער חסידים פֿיגורירן אין דער פּרעסע, געוויינטלעך, אין שײַכות מיט די סיכסוכים צווישן די צוויי קאָנקורירנדיקע מנהיגים, זלמן־לייב און אַהרן טייטלבוים, אָרטיקע פּאָליטישע אינטריגעס אין ניו־יאָרק, אָדער אַנטי־ציוניסטישע פּראָטעסטן און אַרויסזאָגונגען. אַן אַנדער טעמע, וואָס ציט צו אַן אומגעזונטן אויפֿמערק פֿונעם ברייטן עולם צו דער סאַטמאַרער קהילה, זענען פֿאַרשיידענע סעקסועלע און קאָרופּציע־סקאַנדאַלן.

עס האָט זיך לעצטנס געשאַפֿן אַ קרײַזל געוועזענע סאַטמאַרער, וואָס שרײַבן סענסאַציאָנעלע אַרטיקלען און גאַנצע ביכער וועגן די „סודות‟ פֿונעם חסידישן לעבן. ווי אַ טיפּישן בײַשפּיל פֿונעם צווייפֿלהאַפֿטיקן סענסאַציאָנעלן סטיל, קאָן מען דערמאָנען אַ קעפּל, וואָס האָט זיך באַוויזן מיט עטלעכע חדשים צוריק אינעם באַקאַנטן אַנטי־חרדישן בלאָג „דער פֿאַרפֿאַלענער משיח‟. דער מחבר ציטירט פֿרימעט גאָלבערגערס אַרטיקל אינעם Forward, וווּ עס גייט אַ רייד וועגן הלכות־נידה און טבֿילה, און באַטיטלט עס „אינעווייניק אין אַ סאַטמאַרער פֿרויען־מיקווה‟. מיט קבלה ווערט סאַטמאַר קיינמאָל נישט אַסאָציִיִרט אין דער פּרעסע.