ווי אַזוי די איטאַליענער האָבן געראַטעוועט ייִדן

How Italy Saved Its Jews

די איטאַליענישע פּאַרטיזאַנער
די איטאַליענישע פּאַרטיזאַנער

פֿון אַלען עלענצווײַג (Forward)

Published March 29, 2015, issue of April 17, 2015.

ווען מען קוקט פֿאַרשיידענע פֿילמען וועגן דעם חורבן, קאָן מען מאַכן דעם אויספֿיר, אַז אין פֿראַנקרײַך האָט מען געשאַפֿן מער פֿילמען וועגן דער מאָראַלישער מפּלה פֿונעם לאַנד אונטער דער נאַצי־אָקופּאַציע, אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער. דאָס קאָן זײַן מײַן פּערזענלעכער אײַנדרוק, אָבער די גרויסע צאָל פֿראַנצויזישע חורבן־דאָקומענטאַרן און קינסטלערישע פֿילמען אויף דער דאָזיקער טעמע האָבן אַ באַזונדערס טיפֿן מאָראַלישן און קאָפּליצירטן טעם. לכל־הפּחות, שאַפֿט זיך אַזאַ אײַנדרוק, ווען עס גייט אַ רייד וועגן די באַקאַנטע פֿילמען, וואָס האָבן זיך געוויזן אין די קינאָ־טעאַטערס אַרום דער וועלט.

אָרען יאַקאָביס פֿילם „מײַן איטאַליענישער סוד: די פֿאַרגעסענע העלדן‟ דערציילט, ווי אַזוי די פּשוטע איטאַליענער האָבן העלדיש געראַטעוועט זייערע ייִדישע פֿרײַנד און שכנים בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. אינעם דאָקומענטאַר ווערן געוויזן אַ צאָל איטאַליענישע ייִדן, וועלכער האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן און זיך שפּעטער אומגעקערט קיין איטאַליע, כּדי צו באַזוכן די ערטער, וווּ עס האָבן פּאַסירט די שוידערלעכסטע מאָמענטן פֿון זייער לעבן. אינעם פֿילם ווערט כּסדר דערמאָנט דער באַרימטער ספּאָרטלער־וועלאָסיפּעדיסט דזשינאָ באַרטאַלי, וועלכן מע האָט פֿאָרגעלייגט צו דינען ווי אַ סימבאָל פֿון מוסאָליניס פֿאַשיסטישער אידעאָלאָגיע. באַרטאַלי האָט זיך אָבער אָפּגעזאָגט צו שטיצן די פֿאַשיסטן.

אין פֿאַרגלײַך מיט די דערמאָנטע קאָמפּליצירטע פֿילאָסאָפֿישע פֿראַנצויזישע פֿילמען, שטעלט מיט זיך פֿאָר „מײַן איטאַליענישער סוד‟ אַ פּשוטן סיפּור־המעשׂה. די אייגענע כּוונות פֿונעם רעזשיסאָר זענען גאַנץ קלאָר. דער הויפּט־פֿאָקוס פֿונעם פֿילם איז אָבער אַ ביסל צעשווענקט. צי האָט יאַקאָבי געוואָלט ווידער דערמאָנען די צוקוקער וועגן דער שטילער מאָראַלישער דרייסטקייט פֿון באַרטאַלי, וועלכער איז שוין באַקאַנט אין איטאַליע ווי אַ נאַציאָנאַלער העלד, אָדער ער האָט געוואָלט דערציילן אַ צאָל קאָנקרעטע געשיכטעס וועגן אָפּגעראַטעוועטע איטאַליענישע ייִדן?

אַזוי צי אַזוי, טרעטן אינעם פֿילם אויף אַ צאָל עדות־זאָגער פֿון דער שארית־הפּליטה און זייערע קינדער. אַ טייל געשיכטעס ווערן דערציילט אויף איטאַליעניש און אַ טייל — אויף ענגליש. למשל, אַ כירורג אין רוים האָט אויסגעטראַכט אַ טויטלעכע עפּידעמיע, כּדי אָפּצושרעקן די נאַצי־אינספּעקטאָרן פֿון זײַן שפּיטאָל, וווּ עס האָבן זיך אויסבאַהאַלטן ייִדן. אין אַן אַנדער פֿאַל, האָט אַ רוימישע משפּחה אויסבאַהאַלטן אַ ייִדישע משפּחה אין זייער דירה; אַ שכן האָט זיי אָבער געמסרט.

דער סדר פֿון דער דערציילונג האָט זיך באַקומען נישט אַזוי פֿויגלדיק. פֿראַגמענטן פֿון פֿאַרשיידענע געשיכטעס ווערן אויסגעמישט איינער מיטן צווייטן, ברעכנדיקן די כראָנאָלאָגישע ליניע. ווי אַ רעזולטאַט, קלינגט דער דאָקומענטאַר ווי אַ לאַנגע נסיעה מיט אַ באַן, בעת וועלכער די פּאַסאַזשירן דערציילן פֿאַרשיידענע מעשׂיות. ווען מע קומט אָן צו דער לעצטער סטאַנציע, פֿאַרגעסן מען שוין, וועגן וואָס מע האָט געשמועסט.

די אַרכיוו־קאַדערס פֿון באַרטאַליס טעטיקייט מאַכן אַ שטאַרקן רושם. זײַנע וועלאָסיפּעד־געיעגן האָבן געראַטעוועט הונדערטער אָדער אַפֿילו טויזנטער ייִדן און אַנטי־פֿאַשיסטישע פּאַרטיזאַנער. פֿון צײַט צו צײַט, גיט זיך אײַן דעם רעזשיסאָר גוט אַרײַנצופּאַסן די דערציילונגען אינעם היסטאָרישן און געאָגראַפֿישן קאָנטעקסט. די איראָניע באַשטייט אָבער אין דעם, וואָס יאַקאָבי האָט טאַקע געפּרוּווט אַרומצונעמען גאָר אַ גרויסן שטח; צום סוף, האָט זיך אָבער באַקומען אַ צעשויבערטער מישמאַש פֿון ערטער, צײַטן און פּערזענלעכקייטן.

אַזוי צי אַזוי, נישט געקוקט אויף דעם צעמישטן סיפּור־המעשׂה, איז דער נײַער דאָקומענטאַר אַ שפּאַנענדיקער און באַלערנדיקער. מע ווײַזט, אַז ווײַט נישט אַלע קאַטוילישע גלחים האָבן זיך באַצויגן מיט גלײַכגילט צו ייִדן. ס׳איז כּדאַי זיך ווידער צו דערמאָנען, אַז 80 פּראָצענט איטאַליענישע ייִדן האָבן איבערגעלעבט די מלחמה. פֿאַרשטייט זיך, אַז איין פֿילם איז נישט מסוגל צו דערקלערן אַלע פּרטים פֿון דער נאַצי־אָקופּאַציע; פֿאַרן דאָזיקן צוועק איז שוין פֿאַראַן אַ רײַכע ליטעראַטור אויף ענגליש און איטאַליעניש. דעם רעזשיסאָר האָט זיך אָבער אײַנגעגעבן צו שילדערן דאָס דעמאָלטיקע שוידערלעכע ייִדישע לעבן און די העלדישקייט פֿון אַ סך איטאַליענישע קעמפֿער קעגן פֿאַשיזם.