עזה־אַטאַקן מצד פּאַלעסטינער באַצייכנט פֿאַר מלחמה־פֿאַרברעכנס

Gaza Rocket Attacks by Palestinians are Deemed War Crimes

פֿיליפּ לוטער, דער דירעקטאָר פֿונעם אָפּטייל פֿון מיטעלן מיזרח און צפֿון־אַפֿריקע בײַ „אַמנעסטיע אינטערנאַציאָנאַל‟
פֿיליפּ לוטער, דער דירעקטאָר פֿונעם אָפּטייל פֿון מיטעלן מיזרח און צפֿון־אַפֿריקע בײַ „אַמנעסטיע אינטערנאַציאָנאַל‟

פֿון ייִט״אַ

Published March 27, 2015, issue of April 17, 2015.

עטלעכע ראַקעטן־אַטאַקן, געשאָסן אויף ישׂראל פֿונעם עזה־פּאַס, זענען געווען מלחמה־פֿאַרברעכנס, האָט „אַמנעסטיע אינטערנאַציאָנאַל‟ דערקלערט.

אין אַ באַריכט, וואָס איז מיטוואָך אַרויסגעלאָזט געוואָרן, האָט די מענטשנרעכט־אָרגאַניזאַציע אויך געמאָלדן, אַז די ראַקעטן־אַטאַקן, דורכגעפֿירט דורך די פּאַלעסטינער אין עזה בעת דעם קאָנפֿליקט צווישן „כאַמאַס‟ און ישׂראל פֿאַראַיאָרן זומער, האָבן אומגעבראַכט מער ציווילע לײַט אין עזה ווי אין ישׂראל, צוליב דעם באַנוץ פֿון ראַקעטן, וואָס קאָנען נישט געצילט ווערן אין ספּעציפֿישע ערטער.

לויטן אינטערנאַציאָנאַלן געזעץ, איז דאָס אַרויסשיסן ראַקעטן אָן אַ ציל פֿאַרווערט, און זייער באַנוץ באַטרעפֿט אַ מלחמה־פֿאַרברעכן.

„די פּאַלעסטינער באַוואָפֿנטע גרופּעס, אַרײַנגערעכנט דער באַוואָפֿנטער פֿליגל פֿון ׳כאַמאַס׳, האָבן בעת דעם קאָנפֿליקט כּסדר דורכגעפֿירט אומלעגאַלע אַטאַקן און דערבײַ דערהרגעט און פֿאַרוווּנדיקט ציווילע לײַט,‟ האָט דערקלערט פֿיליפּ לוטער, דער דירעקטאָר פֿונעם אָפּטייל פֿון מיטעלן מיזרח און צפֿון־אַפֿריקע בײַ „אַמנעסטיע אינטערנאַציאָנאַל‟. „דורך די אַטאַקן האָבן זיי אַרויסגעוויזן אַ בולטן גלײַכגילט צום אינטערנאַציאָנאַלן געזעץ און צו די קאָנסעקווענצן פֿון זייערע פֿאַרברעכנס אויף ציווילע לײַט סײַ אין ישׂראל, סײַ אין עזה.‟

„די פּאַלעסטינער באַוואָפֿנטע גרופּעס מוזן אָפּשאַפֿן אַלע דירעקטע אַטאַקן אויף ציווילע לײַט און אַלע אַטאַקן, וואָס האָבן נישט קיין בפֿירושן ציל,‟ האָט לוטער באַטאָנט. „זיי מוזן אויך זיך באַמיִען מיט אַלע כּוחות צו באַשיצן ציווילע לײַט אין עזה פֿון די רעזולטאַטן פֿון אַזוינע ציללאָזע אַטאַקן. זיי מוזן אויך אויסמײַדן צו שטעלן מיליטאַנטן און וואָפֿנס אין, אָדער לעבן די ראַיאָנען מיט אַ גרויסער באַפֿעלקערונג.‟

צוויי פֿריִערדיקע באַריכטן פֿון „אַמנעסטיע‟ וועגן דער ישׂראלדיקער אָפּעראַציע אין עזה פֿון 2014 האָבן קריטיקירט דאָס ישׂראלדיקע מיליטער.