ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

פֿון שרה זילבערמאַן

Published March 30, 2015, issue of April 17, 2015.

צוגרײטונגען אױף פּסח

לאָקאַלע ייִדישע טאָגשולן און יוגנט־גרופּעס גרײטן זיך אױף פּסח מיט מוסטער־סדרים אין די טאָגשולן און דריטע סדרים בײַ די יוגנט־גרופּעס.

מעלבורנער מלוכה־מאַן פֿאָדערט ענדערונגען בײַם ישיבֿה־צענטער

פֿיליפּ דאַלידאַקיס
פֿיליפּ דאַלידאַקיס

פֿיליפּ דאַלידאַקיס, דער פֿאָרשטײער פֿון די געגנטן, װוּ עס געפֿינט זיך דער ישיבֿה־קאָלעדזש־טאָגשול, האָט געפֿאָדערט, אַז די ישיבֿה און איר דאַך-אָרגאַניזאַציע, די חב”ד-ליובאַװיטש אָרגאַניזאַציע, זאָלן אָננעמען קאָרפּאָראַטיווע אַחריות פֿאָר די סעקסועלע מיסברױכן, װעלכע זײַנען באַגאַנגען געװאָרן קעגן אַ טײל פֿון די תּלמידים פֿון דער ישיבֿה. דאָס הײסט, לױט אים, אַז די מיסברױכן און די רעאַקציע דערױף זײַנען דערמעגלעכט געװאָרן דורכן דורכפֿאַל פֿון דער קולטור און דער אינסטיטוציאָנעלער סטרוקטור פֿון דער מעלבורנער ישיבֿה. ער פֿאָדערט, אַז זײ זאָלן רעפֿאָרמירט װערן.

ער האָט פֿאָרגעלײגט דער פֿעדעראַלער און דער שטאַטישער רעגירונג, אַז דאָס באַצאָלן רעגירונגס־געלטער צו די חב”ד־טאָגשולן זאָל זיך װענדן פֿון די פֿאָלגנדיקע פּונקטן:

אַז אַלע, װעלכע האָבן געשפּילט אַ ראָלע אין דער פֿאַרדעקונג פֿון די מיסברױכן; די װעלכע האָבן געהאָלפֿן די שולדיקע און די, װעלכע האָבן פֿאַרשװערט דאָס לעבן פֿון די געליטענע און זײערע משפּחות, זאָלן רעזיגנירן פֿון זײערע אַמטן;

אַלע רעלעװאַנטע דאָקומענטן זאָלן איבערגעגעבן װערן דער פּאָליצײ;

נײַע געזעצן פֿאַר די טאָגשולן, װעלכע װעלן אָדער פֿאַרזיכערן קעגן סעקסועלע מיסברױכן אָדער, װעלכע זאָלן העלפֿן אױפֿדעקן אַזעלכע מיסברױכן, און דאָס שאַפֿן אַ קאָמפּענסאַציע־פֿאָנד פֿאַרן באַנוץ פֿון די געליטענע און זײערע משפּחות.

ער האָט אױך פֿאָרגעלײגט, אַז די װעלכע שטיצן אונטער די חב״ד טאָגשולן פֿינאַנציעל זאָלן צוריקהאַלטן זײערע בײַשטײַערונגען ביז די ישיבֿה פֿירט אײַן די אַלע תּנאָים. פֿיליפּ דאַלידאַקיס האָט פֿאַרעפֿנטלעכט די פֿאָדערונגען אין אַן אַרטיקל אין דער װאָכנשריפֿט „די אױסטראַלישע ייִדישע נײַעס.‟

די מעגלעכקײט אײַנצופֿירן ייִדישע טעלעװיזיע אין אױסטראַליע

שאָן מעלצער, דער פּרעזידענט פֿון דער מעלבורנער ייִדישער ראַדיאָ־סטאַנציע „דזשײ־ער‟ האָט גערעדט װעגן דער מעגלעכקײט אײַנצופֿירן אַ ייִדישן טעלעװיזיע־קאַנאַל, װאָס זאָל קענען געקוקט װערן אױף דער אינטערנעץ. אַ גרופּע מוסולמענער אין סידנעי האָט שױן אױפֿגעבױט אַ סטודיאָ, װוּ מע קען פֿילמירן אױדיציעס, װעלכע װערן געװיזן אױף „יו־טוב‟.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.