אַ ייִד אין מאַראָקאָ איז מער ניחא ווי אין אייראָפּע

Being Jewish Felt Safer in Morocco than in Europe

די מאַראָקאַנער בערבערן, וואָס זוכן צו בויען בעסערע באַציִונגען מיט די ייִדן, פּראַווען אַ טראַדיציאָנעלע חתונה
Getty Images
די מאַראָקאַנער בערבערן, וואָס זוכן צו בויען בעסערע באַציִונגען מיט די ייִדן, פּראַווען אַ טראַדיציאָנעלע חתונה

פֿון יונתן כּץ (Forward)

Published March 31, 2015, issue of April 17, 2015.

כ׳האָב לעצטנס פֿאַרבראַכט אַ וואָך אין מאַראָקאָ, וואָס איז געווען גאָר פֿאַרכאַפּנדיק, נישט בלויז צוליב דער פּרעכטיקער אַרכיטעקטור און די קולינאַרע פּאָטראַוועס, נאָר צוליב דעם וואַרעמען אופֿן ווי אַזוי אַ סך מאַראָקאַנער האָבן באַשריבן די אָרטיקע ייִדן.

ווען איך פֿאָר אין אויסלאַנד, היט איך זיך תּמיד מיט מײַן ייִדישער אידענטיטעט — צי דאָס זענען מוסולמענישע, צי נישט־מוסולמענישע לענדער. כ׳זע אויס סתּם ווי אַ טוריסט, וואָס רעדט נשקשה פֿראַנצייזיש. אין מאַראָקאָ איז פֿראַנצייזיש אַ שפּראַך פֿון פּרעסטיזש, האָט עס מיר געעפֿנט אַ סך טירן. כ׳האָב געשמועסט מיט מײַנע גאַסטגעבער אין ראַבאַט און קאַזאַבלאַנקאַ, מיטן שאָפֿער פֿון אַ לוקסוס־טעקסי אין ראַבאַט, און מיט דער פֿרײַנדלעכער משפּחה אין אַ טיי־הויז.

ווען נאַר איך האָב געפֿרעגט: „וואָס דאַרף איך וויסן וועגן מאַראָקאָ?‟, דערקלערט ער מיר תּמיד וועגן דער פֿאַרשידנאַרטיקייט פֿון דער געזעלשאַפֿט. ווי איינער האָט געזאָגט: „דאָ געפֿינט מען אַראַביש־רעדער און בערבער־רעדער; מוסולמענער, ייִדן און קריסטן, סעקולערע לײַט און מענטשן וואָס טראָגן אַ ׳ניקאַב׳.‟ אַ טאַקסי־שאָפֿער האָט מיר געזאָגט, אַז „כאָטש די ייִדן און פֿראַנצויזן זענען שוין פֿון לאַנג אַוועק, בענקען מיר ווײַטער נאָך זיי‟.

פֿון צײַט צו צײַט, ווען איך דערמאָן יאָ, אַז איך בין אַ ייִד, הער איך איינעם פֿון דרײַ ענטפֿערטס: 1) „קום צוריק און באַטייליק זיך אין דער הילולאַ אין וואַזאַרזאַטע‟ [אַ יערלעכע געשעעניש, ווען די מיזרח־ייִדן איבער דער וועלט קומען אויף קבֿר־אָבֿות לזכּרון די אַמאָליקע אָרטיקע צדיקים]; 2) זיי בעטן מחילה פֿאַר דער שלעכטער באַהאַנדלונג פֿון די מאַראָקאַנער ייִדן מצד דער רעגירונג אין די 1950ער און 1960ער יאָרן; אָדער 3) זיי רעכענען אויס אַלע ייִדישע ערטער, וואָס עקזיסטירן נאָך אין מאַראָקאָ. אַ מאָל דערציילן זיי אויך וועגן פֿראַנצייזישע אָדער ישׂראלדיקע ייִדן, מיט וועמען זיי האָבן זיך שוין באַקענט — אָדער וועגן דער מאַראָקאַניש־ייִדישער זינגערין נתה אלקים.

בערך 5,000 ייִדן וווינען הײַנט אין מאַראָקאָ, און טויזנטער ישׂראלים און אַנדערע ייִדן פֿון מאַראָקאַנער אָפּשטאַם באַזוכן דאָס לאַנד יעדעס יאָר. אמת, מאַראָקאָ איז אַ קנאַפּער גן־עדן: די אַמאָליקע ייִדן אין מאַראָקאָ האָט מען טאַקע גערודפֿט; די הײַנטיקע רעגירונג ווערט באַשולדיקט אין עובֿר זײַן אויף מענטשנרעכט, און די פֿונדאַמענטאַליסטן פּרוּוון ווײַטער אָפּוואַרפֿן דעם קיניגרײַך. מיר פּערענלעך האָט אָבער שטאַרק גערירט דאָס, וואָס די מאַראָקאַנער באַציִען זיך אַזוי פֿרײַנדלעך צו זייערע ייִדישע ברידער.

תּמיד הערט מען בײַ ייִדן, ווי גוט עס איז צו פֿאָרן הײַנט קיין דײַטשלאַנד, שוועדן און האָלאַנד — „זיכערע לענדער‟ מיט „מערבֿדיקע‟ ווערטן און טאָלעראַנץ צו ייִדן. אָבער איך, אַליין אַ געליטענער פֿון אַנטיסעמיטישער בלוט־פֿאַרגיסונג, האָב אַ סך מער מורא געהאַט צו שפּאַצירן אויף די גאַסן פֿון לונד, די באַקאַנטע אוניווערסיטעט־שטאָט אין שוועדן, דעם פֿאַרגאַנגענעם יאַנואַר, ווי אויף די גאַסן פֿון מאַראָקאָ. אין איין טאָג האָב איך אין לונד געזען און געהערט מער אַנטיסעמיטיזם — דורך גראַפֿיטי און שמועסן מיט מענטשן — ווי אין אַ גאַנצער וואָך אין מאַראָקאָ. און דאָך, הערן מיר ווײַטער, אַז שוועדן און דענמאַרק זענען „ריין און זיכער‟, בעת מאַראָקאָ איז „שמוציק און געפֿערלעך פֿאַר ייִדן‟. מע לויבט די ייִדן, וואָס באַזעצן זיך אין היטלערס שטאָט — בערלין, אָבער נישט די ייִדן, וואָס קערן זיך אום קיין טוניזיע אָדער מאַראָקאָ.

מיט אַנדערע ווערטער, מע באַציט זיך מער פּאָזיטיוו צו די ערטער, וואָס האָבן אַן אַשכּנזישע געשיכטע, איידער די ערטער, וווּ עס האָבן הונדערטער יאָרן געלעבט די מיזרחים און ספֿרדים. דאָס איז אַ שאָד, ווײַל אין מאַראָקאָ געפֿינט זיך הײַנט מער טאָלעראַנץ פֿאַר ייִדן און אַנדערע פֿעלקער, ווי אין שוועדן, האָלאַנד און נאָרוועגיע. נישט געקוקט אויף מאַראָקאָס חסרונות, האַלט דאָס לאַנד בײַם דערגרייכן אַ זאַך, וואָס פֿעלט בײַ אַ סך אייראָפּעיִשע לענדער: דאָ אין מאַראָקאָ באַטראַכט מען דעם ייִד ווי אַן אינטעגראַלן טייל פֿון איר קולטור־ירושה.