חיים טאָפּאָל באַקומט דעם „ישׂראל־פּריז‟

Chaim Topol to Receive Israel Prize

חיים טאָפּאָל (רעכטס) אין דער ראָלע פֿון טבֿיה דער מילכיקער
חיים טאָפּאָל (רעכטס) אין דער ראָלע פֿון טבֿיה דער מילכיקער

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 31, 2015, issue of April 17, 2015.

מאָנטיק, דעם 30סטן מאַרץ, האָט דער ישׂראלדיקער בילדונג־מיניסטעריום איבערגעגעבן, אַז דער לעגענדאַרער אַקטיאָר חיים טאָפּאָל, צום בעסטן באַקאַנט אין זײַן ראָל פֿון טבֿיה דער מילכיקער אינעם קלאַסישן אַמעריקאַנער מוזיק־פֿילם „דער פֿידלער אויפֿן דאַך‟, וועט באַקומען דעם „ישׂראל־פּריז‟ פֿאַר זײַנע דערגרייכונגען. טאָפּאָל איז געבוירן געוואָרן אין תּל־אָבֿיבֿ, אינעם יאָר 1935. ווען ער האָט געדינט אין דער ישׂראלדיקער אַרמיי, האָט ער געשפּילט אין דער מיליטערישער מוזיקאַלישער טרופּע „נחל‟. שפּעטער, איז ער געוואָרן איינער פֿון די גרינדער פֿונעם חיפֿהר מוניציפּאַלן טעאַטער.

אינעם יאָר 1964 האָט דער ישׂראלדיקער רעזשיסאָר אפֿרים קישון געשאַפֿן זײַן סאַטירישן פֿילם „סאַלח שבתי‟. טאָפּאָל האָט אויסגעפֿירט די הויפּט־ראָלע פֿונעם תּימנער ייִדן מיטן נאָמען סאַלח שבתי („סאַלאַך שאַבאַטי‟). די קאָמעדיע, וווּ עס ווערט געשילדערט דער מהומהדיקע מצבֿ פֿון די עולים, האָט שטאַרק אויסגענומען סײַ אין ישׂראל, סײַ אַרום דער וועלט, און איז געוואָרן דער ערשטער ישׂראלדיקער פֿילם, וואָס איז נאָמינירט געוואָרן ווי אַ קאַנדידאַט אויפֿן „אָסקאַר‟, אין דער קאַטעגאָריע פֿון די בעסטע אויסלענדישע פֿילמען.

צוליב זײַן ראָלע אין „סאַלח שבתי‟, איז טאָפּאָל געוואָרן אַ וועלט־באַקאַנטער אַקטיאָר. מיט עטלעכע יאָר שפּעטער, אין 1971, איז ער אויפֿגעטראָטן אין דער ראָלע פֿון טבֿיה דער מילכיקער אויף דער בינה פֿונעם לאָנדאָנער „וועסט־ענד־טעאַטער‟. דער קאַנאַדישער רעזשיסאָר נאָרמאַן דזשויִסאָן האָט גלײַך נאָך דעם געשאַפֿן אַן עקראַניזאַציע פֿונעם מוזיקל, וועלכע האָט פֿאַרוואַנדלט טאָפּאָלן אין אַ „שטערן‟ פֿון אַ גרויסן וועלט־קאַליבער. אינעם יאָר 1972 האָט ער געוווּנען „אַ גאָלדענעם גלאָבוס‟ פֿאַר זײַן ראָלע אינעם דאָזיקן פֿילם, און נאָכאַמאָל נאָמינירט געוואָרן פֿאַרן „אָסקאַר‟.

צווישן אַנדערע טאָפּאָלס ראָלעס איז געווען מילאָס קאָלומבאָ — אַ „מאַפֿיאָזאָ‟ פֿונעם פֿילם „נאָר פֿאַר דײַנע אויגן‟ וועגן דעם בריטישן וווּנדער־אויסשפּירער דזשיימס באָנד, געשאַפֿן אינעם יאָר 1981.

אין אַ שמועס מיט דער צײַטונג „האָרץ‟, האָט טאָפּאָל געזאָגט, אַז הגם ער איז צופֿרידן מיטן געווינען די פּרעסטיזשפֿולע פּרעמיע, פֿילט ער זיך אומבאַקוועם צוליב דעם, וואָס אַ גאַנצע ריי מענטשן, וואָס פֿאַרדינען דעם פּריז, לויט זײַן מיינונג, האָבן עס נאָך אַלץ נישט באַקומען. במשך פֿון די לעצטע 5 יאָר האָט ער אַ סך מאָל געהערט וועגן אַזעלכע פֿאַלן. דער אַקטיאָר האָט נישט געוואָלט מסביר זײַן, וועמען ער מיינט. דער אַקטיאָר האָט אויך צוגעגעבן, אַז במשך פֿון זײַן קאַריערע האָט ער אַלעמאָל געאַרבעט נישט ווי אַ יחיד, נאָר אַ מיטגליד פֿון אַ גרופּע.

דער 79־יאָריקער אַקטיאָר באַטייליקט זיך נאָך אַלץ אין דער קינעמאַטאָגראַפֿישער טעטיקייט. ער האָט איבערגעגעבן „האָרץ‟, אַז ער אַרבעט איצט איבער אַ סצענאַר פֿון אַ פֿילם, וואָס הייסט „די לעצטע מיסיע‟ און וועט געשאַפֿן ווערן אין בריטאַניע, אָנהייבנדיק פֿון סעפּטעמבער. טאָפּאָל האָט דערקלערט, אַז אינעם דאָזיקן פֿילם גייט אַ רייד וועגן אַן עלטערן אַגענט פֿון „מוסד‟, וועלכער פֿירט אויס זײַן לעצטע מיסיע אין ענגלאַנד; טאָפּאָל האָט צוגעגעבן, אַז ער קלײַבט זיך, אַוודאי, אויך שפּילן אַליין אינעם דאָזיקן קינאָ־פּראָיעקט.