ייִדישע קאָנגרעס־לײַט בעטן אָבאַמאַ נישט צו פֿאַרדאַמען נתניהו

Jewish Congressmen Call Obama to Cool Rhetoric Against Netanyahu

באַראַק אָבאַמאַ שמועסט דעם 3טן מאַרץ, אינעם „ווײַסן הויז‟, וועגן נתניהוס אויפֿטריט אינעם קאָנגרעס
Getty Images
באַראַק אָבאַמאַ שמועסט דעם 3טן מאַרץ, אינעם „ווײַסן הויז‟, וועגן נתניהוס אויפֿטריט אינעם קאָנגרעס

פֿון ייִט״אַ

Published April 01, 2015, issue of April 17, 2015.

אַ צאָל ייִדישע דעמאָקראַטישע פּאָליטיקער פֿונעם רעפּרעזענטאַטן־הויז בײַם אַמעריקאַנער קאָנגרעס, האָט געבעטן דעם פּרעזידענט, באַראַק אָבאַמאַ, אַראָפּלאָזן דעם טאָן פֿון זײַן רעטאָריק קעגן דעם פֿון ס׳נײַ אויסגעקליבענעם ישׂראלדיקן פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו.

די פֿאַרגאַנגענע וואָך, ווי עס האָט איבערגעגעבן די פּאָליטישע נײַעס־צײַטונג „פּאָליטיקאָ‟, האָט אַ גרופּע קאָנגרעס־לײַט פֿאָרמולירט זייער פֿאָדערונג בעת אַ צוזאַמענטרעף מיטן פֿאַרטרעטער פֿונעם נאַציאָנאַלן עצה־געבער אין זיכערהייט־ענינים, בען ראָדעס. לעצטנס, האָבן די ייִדישע מיטגלידער פֿונעם קאָנגרעס דורכגעפֿירט מיט ראָדעס אַ ריי זיצונגען וועגן די פֿאַרהאַנדלונגען מיט איראַן.

צווישן די באַטייליקטע קאָנגרעס־לײַט זענען געווען טעד דויטש און דעבי וואַסערמאַן־שולץ פֿון פֿלאָרידע; דזשערי נאַדלער און ניטאַ לאָווי פֿון ניו־יאָרק; אַדאַם שיף און ברעד שערמאַן פֿון קאַליפֿאָרניע; יאַן שאַקאָווסקי פֿון אילינוי; און סענדער לעווין פֿון מישיגען. ראָדעס האָט זיך אָפּגעזאָגט צו קאָמענטירן דעם צוזאַמענטרעף בעתן שמועס מיט „פּאָליטיקאָ‟, אָבער האָט מסכּים געווען איבערצוגעבן די קריטיק פֿון אָבאַמאַס רעטאָריק.

גלײַך פֿאַר די וואַלן, ווען די ישׂראלים האָבן ווידער אויסגעקליבן נתניהוס קאַנדידאַטור, האָט די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע שאַרף קריטיקירט דעם פּרעמיער פֿאַר זײַן אומבאַוויליקייט צו שאַפֿן אַ פּאַלעסטינער מלוכה. „פּאָליטיקאָ‟ האָט איבערגעגעבן, אַז די ייִדישע קאָנגרעס־לײַט זענען געווען אומצופֿרידן מיט דעם, וואָס אָבאַמאַ האָט געשילדערט נתניהו ווי דעם עיקר־שטערער פֿונעם שלום־פּראָצעס, אָבער גאָרנישט געזאָגט קעגן דעם פּאַלעסטינער פּרעזידענט, מאַכמוד אַבאַס. אַדרבה, אָבאַמאַ האָט זיך פֿאַקטיש אַרויסגעזאָגט לטובֿת די פּאַלעסטינער באַמיִונגען צו אָנערקענען זייער מלוכה בײַ דער „יו־ען‟. די קריטיקער האָבן צוגעגעבן, אַז אָבאַמאַס רעטאָריק קעגן דעם נײַ־אויסגעוויילטן פּרעמיער האָט געקלונגען אומיושרדיק, ווי אַ מין פּערזענלכע נקמה.

אָבאַמאַ און זײַנע שטיצער האַלטן, אַז הגם די אַמעריקאַנער רעגירונג בלײַבט אין פֿעסטע פֿרײַנדלעכע באַציִונגען מיט ישׂראל, טראָגט נתניהו דאָס אַחריות פֿאַרן פֿאַרבעסערן די באַציִונגען מיט די פּאַלעסטינער און באַנײַען די שלום־פֿאַרהאַנדלונגען. אַ פֿאָרשטייער פֿונעם „ווײַסן הויז‟ האָט געזאָגט די זשורנאַליסטן פֿון „פּאָליטיקאָ‟, אַז די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע האָט קלאָר דערקלערט איר פּאָזיציע. ווען נתניהו וועט שאַפֿן זײַן נײַע רעגירונג, וועט אָבאַמאַ און זײַנע מיטדענקער באַשליסן, וואָס מע זאָל ווײַטער טאָן דערמיט.