אַבא קאָוונערס „ניצלעכער עבֿר‟

Abba Kovner's "Useful Past"

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published April 02, 2015, issue of April 17, 2015.

קײן איין אַנדערער ליטעראַט האָט מסתּמא ניט געהאַט אַזאַ שטאַרקע השפּעה אױף דער פֿאָרמירונג פֿונעם ציוניסטישן חורבן־באַנעם װי אַבא קאָװנער. אין אַ סך הינזיכטן איז ער געװען אַן אידעאַלע פֿיגור: אַלײן אַ ציוניסט און אַ העברעיִשער דיכטער, האָט ער שױן אין סאַמע אָנהײב פֿון דער דײַטשישער אָקופּאַציע פֿאַרשטאַנען, אַז די נאַציסטן זײַנען אױסן אומצוברענגען אַלע ייִדן. ער האָט געזען בלױז אײן אױסװעג, אַן אױפֿשטאַנד מיט געװער אין האַנט, הגם ער האָט אױך גוט פֿאַרשטאַנען, אַז קײן שאַנס זיך צו ראַטעװען װעט אַזאַ אױפֿשטאַנד ניט געבן.

אין ישׂראל האָט קאָװנער געװידמעט זײַן גאַנץ לעבן צו פֿאַרהיטן דעם אָנדענק פֿון זײַן הײמשטאָט װילנע דורך זײַנע ליטעראַרישע און עפֿנטלעכע אַקטיװיטעטן. אָבער זײַן פּריװאַט לעבן איז געװען פֿול מיט פּײַן. ער האָט געלעבט מיט געשפּענסטן פֿונעם עבֿר, געפֿירט אַלטע חשבונות און געהיט דעם הײליקן אָנדענק פֿונעם חרובֿ געוואָרענעם „ירושלים ד׳ליטא‟ און זײַנע דערהרגעטע אײַנוווינער. די ישׂראלדיקע היסטאָריקערין דינה פּורת פּרוּװט זיך פֿאַנאַדערצוקלײַבן אין קאָװנערס קאָמפּליצירט לעבן אין דער װאָגיקער ביאָגראַפֿישער שטודיע, װאָס איז אַרױס אין דער ענגלישער איבערזעצונג מיט עטלעכע יאָר צוריק.

פּורת שרײַבט: „די יחידים, װאָס זאָגן עדות װעגן דעם חורבן, און קאָװנער בתוכם, נעמען אױף זיך דעם שליחות אָפּצוהיטן די פֿאַרגאַנגענהייט אין נאָמען פֿון דער צוקונפֿט.‟ אָבער דאָס מאַכט די אױפֿגאַבע פֿון אַ ביאָגראַף גאַנץ קאָמפּליצירט. קאָװנער האָט „אָפּגעהיט דעם עבֿר‟, אָבער ער איז דערבײַ ניט געװען קײן היסטאָריקער. ער האָט געהאַלטן פֿאַר זײַן אױפֿגאַבע צו „באַזאָרגן יעדן ייִד מיט שטאָף צו שאַפֿן אַזאַ בילד פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט, מיט װעלכן ער וואָלט געקאָנט לעבן‟. אַזױ אַרום האָט קאָװנער בדעה געהאַט דאָס, װאָס די היסטאָריקער און ליטעראַטור־פֿאָרשער רופֿן „ניצלעכער עבֿר‟, אַזאַ אימאַזש פֿון דער פֿאַרגאַנגענהײט, װאָס דערמעגלעכט צו קוקן אין דער צוקונפֿט אַרײַן מיט האָפֿענונג און אָפּטימיזם.

פֿאַר קאָװנער איז די ייִדישע צוקונפֿט געװען פֿאַרקניפּט מיט מדינת־ישׂראל, און דער עבֿר איז געקומען צום טראַגישן סוף אין דער װילנער געטאָ. אָבער זײַן נוסח פֿון דער געשיכטע איז ניט געװען דער אײנציקער. שױן אין ישׂראל האָט ער זיך װידער און װידער אַ מאָל אומגעקערט צו זײַנע יונגע יאָרן אין װילנע. אין זײַן זכּרון האָט ער באַזוכט אַלע קלאַסצימערן פֿון דער העברעיִשער תּרבות־גימנאַזיע און געזען אַלע אַמאָליקע תּלמידים, אַזױ װי ער האָט זײ פֿאַרגעדענקט. אָבער ער האָט אױך צוגעפּאַסט זײַנע זכרונות צו דעם ציוניסטישן אידעאַל, װען ער האָט אױסגעמאָלט זײַן בירגערלעכע משפּחה װי אַן אָרעמע, ציוניסטיש געשטימטע, און פֿאַרטאָן אין למדנות. זײַן װיזיע פֿונעם װילנער נעכטן איז געװען אידעאַליסטיש און ראָמאַנטיש באַפֿאַרבט, אין הסכּם מיט דעם פּאָפּולערן אימאַזש פֿון „ירושלים ד׳ליטא‟.