די פּאַלעסטינער — אײַנגעשלאָסן אינעם אינטערנאַציאָנאַלן קרימינעלן געריכט

Palestinian Authority Joins International Criminal Court

דער בנין פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן קרימינעלן געריכט אין האַאַג
דער בנין פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן קרימינעלן געריכט אין האַאַג

פֿון ייִט״אַ

Published April 02, 2015, issue of April 17, 2015.

אַ פֿאָרשטייער פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע איז געוואָרן אַ מיטגליד פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן קרימינעלן געריכט אין האַאַג. דעם ערשטן אַפּריל איז אינעם געריכט פֿאָרגעקומען אַ ספּעציעלע צערעמאָניע, בעת וועלכער מע האָט אָפּגעמערקט דעם סטאַטוס־אויפֿשטײַג פֿון דער אויטאָנאָמיע, וועלכע האָפֿט זיך אָפּצוטיילן אינגאַנצן פֿון ישׂראל.

דער זיכערהייט־ראַט בײַ דער „יו־ען‟ האָט זיך אָפּגעזאָגט אָנצונעמען דעם פֿאָרלייג צו אָנערקענען פּאַלעסטינע ווי אַן אומאָפּהענגיקע מלוכה. די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט זיך נוקם געווען און צוריקגעהאַלטן הונדערטער מיליאָן דאָלאַר, וואָס מע האָט געזאַמלט פֿון די שטײַער־צאָלער לטובֿת דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ. די פֿאַרגאַנגענע וואָך, האָט ישׂראל איבערגעגעבן, אַז דאָס געזאַמלטע געלט וועט יאָ איבערגעגעבן ווערן צו די פּאַלעסטינער.

אין דעצעמבער, נאָכן דורכפֿאַל פֿונעם פֿאָרלייג צו אָנערקענען אָפֿיציעל זײַן מלוכה, האָט דער פּאַלעסטינער פּרעזידענט, מאַכמוד אַבאַס, אונטערגעשריבן אַ בקשה אײַנצושליסן פּאַלעסטינע ווי אַ מיטגליד אינעם אינטערנאַציאָנאַלן קרימינעלן געריכט (ICC) און אַנדערע וויכטיקע וועלט־אָרגאַניזאַציעס. אין יאַנואַר, האָבן די פּראָקוראָרן פֿונעם געריכט אָנגעהויבן אַ פֿאָרלויפֿיקע אויספֿאָרשונג פֿון די מעגלעכע מלחמה־פֿאַרברעכנס אינעם עזה־פּאַס און אויפֿן מערבֿ־ברעג. דער פּראָצעס קאָן גורם זײַן באַשולדיקונגען סײַ קעגן די ישׂראלדיקע, סײַ קעגן די פּאַלעסטינער פֿירער. אויב די פּראָקוראָרן וועלן געפֿינען ממשותדיקע ראַיות פֿון מיליטערישע פֿאַרברעכנס, וועט מען אָנהייבן אַ פֿולשטענדיקע אויספֿאָרשונג.

דער פּאַלעסטינער אויסערן־מיניסטער, ריאַד מאַלקי, וועלכער האָט זיך מיטוואָך געטראָפֿן מיט די פֿאָרשטייער פֿונעם געריכט בעת דער אײַנשליסונג־צערעמאָניע, האָט באַמערקט אין אַ אינטערוויו אויף דעם פּאַלעסטינער ראַדיאָ, אַז די דאָזיקע אינטערנאַציאָנאַלע אינסטאַנצן פֿירט דורך אירע פּראָצעדורן זייער שווער און פּאַמעלעך. אויב מע וועט טאַקע אָנהייבן אַן עכטע אויספֿאָרשונג, וועט זי זיך אָנשטויסן אויף אַ סך פּראָבלעמען און שטערונגען, און קאָן זיך צעציִען אויף אַ סך יאָר.