נתניהו רופֿט די וועלט אויסצואַרבעטן אַ בעסערן אָפּמאַך מיט איראַן

Netanyahu Urges International Community to Insist on Better Iran Deal

דער פֿאַרוואַלטער פֿון דער איראַנישער נוקלעאַרער אַגענטור, אַלי אַקבאַר סאַלעהי (אינעם צענטער) קומט אויף די פֿאַרהאַנדלונגען קיין לאָזאַן, דעם 1טן אַפּריל
Getty Images
דער פֿאַרוואַלטער פֿון דער איראַנישער נוקלעאַרער אַגענטור, אַלי אַקבאַר סאַלעהי (אינעם צענטער) קומט אויף די פֿאַרהאַנדלונגען קיין לאָזאַן, דעם 1טן אַפּריל

פֿון ייִט״אַ

Published April 02, 2015, issue of April 17, 2015.

דער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, האָט גערופֿן די אינטערנאַציאָנאַלע געזעלשאַפֿט אויסצואַרבעטן אַ בעסערן פּלאַן פֿון פֿאַרהאַנדלונגען אַרום דער איראַנישער נוקלעאַרער פּראָגראַם.

מיטוואָך, דעם 1טן אַפּריל, ווען די וויכטיקסטע וועלט־כּוחות האָבן אָנגעהויבן אַ נײַע רונדע פֿאַרהאַנדלונגען מיט דער איראַנישער רעגירונג אין דער שווייצאַרישער שטאָט לאָזאַן, איז נתניהו אויפֿגעטראָטן בפֿרהסיא מיט אַ רעדע, אין וועלכער ער האָט פֿאַרדאַמט איראַן ווי אַ „מערדערישן רעזשים‟ און באַשולדיקט די רעגירונגען פֿון אַנדערע לענדער אין קאָאָפּעראַציע מיט אַזאַ מלוכה. לויט זײַן מיינונג, קאָנען די פֿאַרהאַנדלונגען „עפֿענען אַ גראָדן וועג‟ פֿאַר די איראַנישע אינסטאַנצן צום שאַפֿן אַ נוקלעאַרע באָמבע. נתניהו האָט צוגעגעבן, אַז דער קאָמאַנדיר פֿון דער איראַנישער מיליץ „באַסידזש‟, גענעראַל־בריגאַדיר מאָהאַמאַד רעזאַ נאַקדי, האָט אַמאָל געזאָגט, אַז מדינת־ישׂראל מוז צעשטערט ווערן.

דער פּרעמיער האָט אויך באַשולדיקט איראַן אינעם „פֿירן אַ קאַמפּאַניע פֿון טעראָר‟ אינעם מיטל־מיזרחדיקן ראַיאָן, בפֿרט אין תּימן. ער האָט באַטאָנט, אַז אַנשטאָט צו דערלאָזן די איראַנער נוקלעאַרע אינסטאַנצן צו האַלטן די אויסשטאַטונג, אַרײַנגערעכנט די צענטריפֿוגעס און אַ דייטעריום־רעאַקטאָר, וואָלט די וועלט געדאַרפֿט פֿאָדערן אָפּצושטעלן אַ „מערקווירדיקן טייל‟ פֿון דער דאָזיקער אינפֿראַסטרוקטור.

מערי האַרף, די וואָרטזאָגערין פֿונעם אַמעריקאַנער מלוכה־דעפּאַרטאַמענט, האָט איבערגעגעבן די זשורנאַליסטן, אַז דער פֿאַרהאַנדלונג־פּראָצעס האָט דערגרייכט אַ געוויסן פּראָגרעס. אין יוני, האָפֿט מען צו שליסן אַ לאַנג־צײַטיקן אָפּמאַך מיט איראַן, הגם אַ טייל פּרטים בלײַבן דערווײַל אומקלאָר. דער ישׂראלדיקער פּרעמיער גלייבט אָבער, אַז איראַן איז אַן אַגרעסיווע סכּנותדיקע מלוכה, וואָס פֿאַרשפּרייט טעראָריזם אינעם מיטל־מיזרח און איר השפּעה אינעם ראַיאָן דורך גוואַלד־מיטלען; לויט זײַן מיינונג, מוז איראַן זיך קודם אָפּזאָגן פֿון די דראָונגען צו צעשטערן ישׂראל, איידער מע שליסט מיט איר אַן אָפּמאַך, לויט וועלכן מע וועט אָפּשאַפֿן די אַנטי־איראַנישע סאַנקציעס.