ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published April 01, 2015, issue of April 17, 2015.

פּסח איז בײַ דער שוועל

די מאָסקווער ייִדישע קהילה גרייט זיך צום יום־טובֿ פּסח. אי די חב״ד־פֿעדעראַציע, אי די מתנגדישע רעליגיעזע קהילה האָבן אַרויסגעגעבן ביכלעך מיט דיני־פּסח און אַ רשימה פּראָדוקטן, וואָס מע מעג קויפֿן אין אַ געוויינטלעכער קראָם. אין עטלעכע שילן און בתי־מדשים פֿאַרקויפֿט מען בילעטן אויף פּסח־סדרים. אין די ביידע גרויסע שילן וועלן פֿאָרקומען עטלעכע סדרים מיט אַ מאָל — אין פֿאַרשיידענע זאַלן. אויף ייִדישע אינטערנעט־זײַטלעך זאַמלט מען געלט אויף מצות פֿאַר אָרעמע, און לויט אַן אַלטער טראַדיציע, וועט אין מאָסקווער כאָר־שיל פֿאָרקומען אַ זיצונג פֿון בית־דין.

פּוטין איז גרייט אָנערקענען אַ פּלעסטינער מלוכה

דאָס רובֿ נײַעס פֿון מאָסקווע זענען, צום באַדויערן, פֿאַרבונדן מיט פּאָליטישע סקאַנדאַלן. דער פּרעזידענט פֿון מדינת־ישׂראל ראובֿן ריבֿלין האָט דערקלערט, אַז ער וועט ניט קומען קיין מאָסקווע צו פּראַווען דעם נצחון־טאָג פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, דעם 9טן מײַ, אַפּנים, צוליב פּאָליטישע סיבות; ווי אויך די אַנדערע פּאָליטישע פֿירער פֿון אייראָפּע און אַמעריקע. ממש מיט עטלעכע טעג שפּעטער האָט פּוטין געזאָגט אין זײַן ווענדונג צו דער „ליגע פֿון אַראַבישע לענדער‟, אַז רוסלאַנד איז גרייט צו שטיצן די אידעע פֿון שאַפֿן אין פּאַלעסטינע אַן אומאָפּהענגיקע פּאַלעסטינער מדינה, מיט דער הויפּטשטאָט אין מיזרח־ירושלים. ער האָט באַטאָנט, אַז דאָס איז די וויכטיקסטע באַדינונג צו לייזן די פּאַלעסטינער פּראָבלעם און צו רעאַליזירן דאָס געזעצלעכע רעכט פֿון דעם פּאַלעסטינער פֿאָלק צו שאַפֿן זײַן אייגן לאַנד.

נאָך אַ פּאָליטישע ידיעה איז פֿאַרבונדן מיטן מאָרד פֿון באָריס ניעמצאָוו. ניעמצאָווס קינדער האָבן זיך געוואָנדן צו דער פּאָליציי און געבעטן מע זאָל אָנערקענען זיי ווי קרבנות. מע האָט זיי אָפּגעזאָגט. אויפֿן אָרט פֿונעם מאָרד איז געשאַפֿן געוואָרן אַ קליינער מעמאָריאַל — מענטשן האָבן אַהין געבראַכט בלומען, ליכט, פּלאַקאַטן און בילדער. די טעג האָט די מלוכה געהייסן דעם מעמאָריאַל ליקווידירן, וואָס וועט, אַפּנים, פֿאַרשטאַרקן דעם סיכסוך, וואָס גייט אָן צווישן דער אָפּאָזיציע און דער מלוכה.

לעקציע וועגן השפּעה פֿון ניצשעס פֿילאָסאָפֿיע אויף די ייִדן

פּראָפֿעסאָר דניאל קראָכמאַלניק
Simon Parizhsky
פּראָפֿעסאָר דניאל קראָכמאַלניק

צו די אַנדערע נײַעס. דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ האָט זונטיק דורכגעפֿירט אַ באַגעגעניש אויף דער טעמע „דער ייִדישער ניצשעאַניזם‟. דעם רעפֿעראַט האָט געהאַלטן דער פּראָפֿעסאָר פֿון דײַטשלאַנד דניאל קראָכמאַלניק. ער האָט דערציילט וועגן דער השפּעה וואָס ניצשעס פֿילאָסאָפֿיע האָט געהאַט אויף ייִדן, און קודם־כּל, אויף דער העברעיִשער ציוניסטישער קולטור: די אידעע פֿון די נײַע געבאָטן און נײַע מיצוות, די אידעע, אַז די אַלטע רעליגיעס, און די ייִדישע רעליגיע, קודם־כּל האָבן זיך פֿאַרעלטערט, האָבן באַאײַנפֿלוסט די ציוניסטישע באַוועגונג אין ארץ־ישׂראל.