אַ פּרוּוו צו שאַפֿן מיטגעפֿיל צווישן אוקראַיִנער און ייִדן

Enabling Empathy Between Ukrainians and Jews

דעם פֿאַרגאַנגענעם נאָוועמבער האָט די UJE, בשותּפֿות מיט דער „ייִדישער קאָנפֿעדעראַציע פֿון אוקראַיִנע‟, באַערט דעם פֿילאַנטראָפּ וויקטאָר פּינטשוק מיט דער פּרעמיע אויפֿן נאָמען פֿון אַנדריי שעפּטיצקי, צוליב זײַנע אויפֿטוען צו פֿאַרשטאַרקן די באַציִונגען צווישן אוקראַיִנער און ייִדן. אויפֿן בילד: הרבֿ דבֿ בלייך, פֿון דער „קאָנפֿעדעראַציע‟, פּרעזענטירט די פּרעמיע
Sergey Illin
דעם פֿאַרגאַנגענעם נאָוועמבער האָט די UJE, בשותּפֿות מיט דער „ייִדישער קאָנפֿעדעראַציע פֿון אוקראַיִנע‟, באַערט דעם פֿילאַנטראָפּ וויקטאָר פּינטשוק מיט דער פּרעמיע אויפֿן נאָמען פֿון אַנדריי שעפּטיצקי, צוליב זײַנע אויפֿטוען צו פֿאַרשטאַרקן די באַציִונגען צווישן אוקראַיִנער און ייִדן. אויפֿן בילד: הרבֿ דבֿ בלייך, פֿון דער „קאָנפֿעדעראַציע‟, פּרעזענטירט די פּרעמיע

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published April 03, 2015, issue of May 01, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

ס׳רובֿ פֿון די הוצאָות פֿון דער UJE ווערן געדעקט דורכן הויפּט־גרינדער פֿון דער אָרגאַניזאַציע: דזשיימס טעמערטי — אַן אָנגעזעענער קאַנאַדער פֿילאַנטראָפּ און געשעפֿטסמאַן, און דער פֿאָרזיצער פֿון אַ גרויסער עלעקטראָקראַפֿט־פֿירמע אין קאַנאַדע, Northland Power. טעמערטי איז אַליין געבוירן געוואָרן אינעם דאָנבאַסער ראַיאָן פֿון אוקראַיִנע בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, און זײַנע עלטערן זענען דעפּאָרטירט געוואָרן ווי שקלאַפֿן־אַרבעטער קיין דײַטשלאַנד. הײַנט וווינט טעמערטי אין מאָנטרעאָל.

בערל ראָדאַל, אַ ייִדישער פֿאַרוואַלטער פֿון דער UJE און טעמערטיס אַ גוטער פֿרײַנד, האָט דערציילט דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז טעמערטיס פּלאַן צו שאַפֿן אַזאַ אָרגאַניזאַציע איז אַרויסגעוואַקסן פֿון די שמועסן, וואָס ער האָט אַליין געפֿירט מיט זײַנע ייִדישע פֿרײַנד און קאָלעגעס אין דער געשעפֿט־וועלט.

„דזשים האָט געפֿילט, אַז ס׳איז נישט יושרדיק, וואָס די אוקראַיִנער האָבן אַזאַ שלעכטן שם, און אַז די באַציִונגען צווישן די ייִדן און אוקראַיִנער זענען הײַנט אַ סך ערגער ווי זיי וואָלטן געדאַרפֿט זײַן,‟ האָט ראָדאַל געזאָגט. „פֿון זײַן פּערזענלעכער איבערלעבונג זענען די אוקראַיִנער דווקא זייער מענטשלעך און ברייטהאַרציק, איז אים דערפֿאַר געגאַנגען אין לעבן צו פֿאַרבעסערן די באַציִונגען. און דער אמת איז, אַז ביידע פֿעלקער האָבן טאַקע אַ סך געליטן במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע טויזנט יאָר. ביידע האָבן ביז לעצטנס נישט געהאַט קיין אייגענע רעגירונג, און ביידע זענען שטאַרק אונטערדריקט געוואָרן פֿון אַנדערע כּוחות. ווי אַ רעזולטאַט, באַטראַכטן ביידע פֿעלקער זיך אַליין ווי געליטענע.‟

לכתּחילה זענען די אוקראַיִנער פֿירער געווען די הויפּט־שטיצער פֿון אָנקניפּן וואַרעמע באַציִונגען מיט די ייִדן, אָבער זינט עס האָט זיך אָנגעהויבן דער קאָנפֿליקט צווישן דער אוקראַיִנישער רעגירונג און די פּראָ־רוסישע סעפּאַראַטיסטן, איז דאָס אוקראַיִניש פֿאָלק, סײַ אין אייגענעם לאַנד, סײַ אין די תּפֿוצות געוואָרן מער ענטוזיאַסטיש וועגן דעם, גיט איבער איידריען קאַראַטניצקי, אויך אַ גרינדער פֿון דער UJE. „די קאָאָפּעראַציע צווישן די צוויי גרופּעס האָט זיך פֿאַרטיפֿט, בפֿרט איצט, ווען ס׳איז אויפֿגעקומען אַ נײַער דור ייִדן, וואָס האָט זיך באַטייליקט און ממשותדיק געהאָלפֿן צו אַנטוויקלען די נײַ־געבוירענע דעמאָקראַטיע אין אוקראַיִנע,‟ האָט קאַראַטניצקי באַמערקט.

צווישן די פֿאַרוואַלטער פֿון דער UJE איז אויך אַלטי ראָדאַל, וואָס איר משפּחה האָט אַליין געליטן פֿון די אוקראַיִנישע קאָלאַבאָראַטאָרן מיט די נאַציס. אַן אָנגעזעענע ייִדישע היסטאָריקערין און געוועזענע עצה־געבערין פֿאַר דער קאַנאַדער רעגירונג (און בערל ראָדאַלס פֿרוי), איז זי אַזוי מיטגעריסן געוואָרן וועגן דעם באַגריף פֿון אַזאַ אָרגאַניזאַציע, אַז זי האָט ספּעציעל פּענסיאָנירט פֿון איר פּאָזיציע, כּדי צו העלפֿן אָנצופֿירן מיט דער UJE.

„דרײַ פֿון מײַנע באָבע־זיידעס און אַנדערע קרובֿים זענען דערהרגעט געוואָרן דורך די אוקראַיִנער; מײַנע עלטערן האָבן ביידע דורכגעמאַכט טראַנסניסטריע (http://www.dw.de/the-forgotten-holocaust-in-transnistria/a-17387303), און גערעדט פֿליסיק אוקראַיִניש,‟ האָט אַלטי ראָדאַל געזאָגט. אָבער אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע קינדער פֿון די לעבן־געבליבענע, דעמאָניזירט זי בכלל נישט דאָס אוקראַיִניש פֿאָלק. „איך האָב באַשלאָסן צו ווערן אַקטיוו אין דעם, ערשטנס, טאַקע צוליב מײַן קאָמפּליצירטער משפּחה־פֿאַרבינדונג מיט אוקראַיִנע, און צווייטנס, צוליב מײַן אינטערעס אין דער מיזרח־אייראָפּעיִשער געשיכטע בכלל,‟ האָט זי דערקלערט.

אַלטי ראָדאַל האַלט איצט בײַם אָרגאַניזירן אַן אויסשטעלונג וועגן דער געשיכטע פֿון די ייִדן אין אוקראַיִנע, וואָס וועט געבראַכט ווערן אין 4 שטעט איבער קאַנאַדע, אָנהייבנדיק פֿון טאָראָנטאָ. די אויסשטעלונג, Journey Through the Ukrainian Jewish Encounter, וועט געעפֿנט ווערן אין מײַ.