דער ערשטער ייִדישער פּרעמיער אין בריטאַניע?

Britain’s First Jewish Premier?

עד מיליבאַנד (לינקס), דער מעגלעכער נײַער ייִדישער פּרעמיער פֿון בריטאַניע, לעבן דעם הײַנטיקן פּרעמיער־מיניסטער, דייוויד קאַמעראָן
Getty Images
עד מיליבאַנד (לינקס), דער מעגלעכער נײַער ייִדישער פּרעמיער פֿון בריטאַניע, לעבן דעם הײַנטיקן פּרעמיער־מיניסטער, דייוויד קאַמעראָן

פֿון דזש. דזש. גאָלדבערג (Forward)

Published April 03, 2015, issue of May 01, 2015.

עס קאָן זײַן, אַז אין בריטאַניע וועט מען אויסקלײַבן דעם ערשטן ייִדישן פּרעמיער־מיניסטער, עד מיליבאַנד, דער פֿאָרזיצער פֿון דער אַרבעטער־פּאַרטיי.

מאָנטיק, האָט דער איצטיקער קאָנסערוואַטיווער בריטישער פּרעמיער, דייוויד קאַמעראָן, אָפֿיציעל געזאָגט דער קיניגין עליזאַבעט דער צווייטער, אַז ער האָט צעלאָזט דעם פּאַרלאַמענט ביז די קומענדיקע וואַלן, וואָס וועלן פֿאָרקומען דעם 7טן מײַ, ווען זײַן 5־יאָריקע קאַדענץ וועט זיך פֿאַרענדיקן. די פֿאַרגאַנגענע וואָך, האָט די וואַלן־קאַמפּאַניע זיך צעברענט מיטן גאַנצן כּוח, ווען קאַמעראָן און מיליבאַנד האָבן דורכגעפֿירט אַ הייסע דעבאַטע אויף דער טעלעוויזיע.

פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק, נאָך די טעלעוויזיע־דעבאַטן, האָבן די פֿאָרלויפֿיקע אויספֿרעגן געוויזן, אַז קאַמעראָן בלײַבט אַ ביסל מער פּאָפּולער. מיט אַ פּאָר טעג שפּעטער, האָט אָבער די צײַטונג Sunday Times פֿאַרעפֿנטלעכט אַ מער פּטרימדיקע סטאַטיסטיק, אויפֿן סמך פֿון אַ צוויי־טאָגיקער פֿאָרשונג, לויט וועלכער די אַרבעטער־פּאַרטיי ציט צו אַ גרעסערע צאָל וויילער, ווי די קאָנסערוואַטאָרן: 36 קעגן 32 פּראָצענט. אַ צאָל אַנדערע פּאַרטייען באַטייליקן זיך אויך אינעם פֿאַרמעסט, אַרײַנגערעכנט די רעכטע אַנטי־אימיגראַנטישע „אומאָפּהענגיקייט־פּאַרטיי‟, געשטיצט דורך 13 פּראָצענט אויסגעפֿרעגטע. אין שאָטלאַנד, שטיצן 45 פּראָצענט תּושבֿים די סעפּאַראַטיסטן; דאָס קאָן געבן מיליבאַנדן אַ קלאַפּ, ווײַל אינעם דאָזיקן ראַיאָן געווינט, געוויינטלעך, די אַרבעטער־פּאַרטיי.

דער 45־יאָריקער מיליבאַנד איז אויסגעקליבן געוואָרן ווי דער פֿירער פֿון זײַן פּאַרטיי אינעם יאָר 2010, נאָך אַ וואַלן־פֿאַרמעסט מיט זײַן אייגענעם עלטערן ברודער, דייוויד. ביידע ברידער זענען די פּאָליטישע יורשים פֿון זייער פֿאַרשטאָרבענעם טאַטן, ראַלף מיליבאַנד — אַן אָנגעזעענער מאַרקסיסטישער דענקער און איינער פֿון די עיקרדיקע גרינדער־פֿיגורן אין דער באַוועגונג פֿון די בריטישער „נײַע לינקע‟. דער טאַטע פֿונעם פּרעמיער־קאַנדידאַט איז געבוירן געוואָרן אין בעלגיע; זײַנע עלטערן זענען אַנטלאָפֿן פֿון פּוילן נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה. די מאַמע פֿונעם קאַנדידאַט, די 81־יאָריקע מאַריאָן קאָזאַק, איז אויך אַ באַקאַנטע פּראָגרעסיווע אַקטיוויסטקע, אַ פּראָמינענטע קעמפֿערין פֿאַר מענטשנרעכט און פֿעמיניסטישע ווערטן.

עד מיליבאַנד האָט לעצטנס בפֿירוש באַטאָנט זײַן ייִדישן אָפּשטאַם, זײַן שײַכות צום ייִדישן פֿאָלק און פּראָ־ישׂראלדיקע איבערצײַגונגען. דער קאַנדידאַט האָט צוגעגעבן, אַז זײַנע טאַטע־מאַמע האָבן, צום באַדויערן, נישט געפּראַוועט זײַן בר־מיצווה און זענען נישט געווען פֿעסט פֿאַרבונדן מיט אַ ייִדישער קהילה. הגם ער איז נישט קיין רעליגיעזער מענטש, האָט ער באַקומען אַ וועלטלעכע ייִדישע דערציִונג. בײַ 7 יאָר, האָט ער צום ערשטן מאָל באַזוכט ישׂראל, וווּ עס האָט דעמאָלט געוווינט זײַן באָבע און אַ צאָל אַנדערע קרובֿים.

די פּראָ־ישׂראלדיקע שטימונגען שטעלן מיליבאַנדן אין אַ קאָמפּליצירטער פּאָזיציע. דער שטאַרקער אַנטי־ישׂראלדיקער פֿליגל פֿון דער אַרבעטער־פּאַרטיי פֿאַרדאַמט אים ווי אַ ציוניסט, און די רעכט־ציוניסטישע פֿאָרשטייער פֿון דער ייִדישער קהילה פֿאַלן אָן אויף זײַנע קריטישע ווערטער וועגן דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק. צוליב זײַן שאַרפֿער קענגערשאַפֿט צו דער עזה־מלחמה דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער, האָבן אַ צאָל פּראָמינענטע מנדבֿים אויפֿגעהערט צו שטיצן די פּאַרטיי. פֿון דער צווייטער זײַט, האָט ער באַטאָנט בעת אַ שמועס מיטן „רעפּרעזענטאַנטן־ראַט פֿון בריטישע ייִדן‟, אינעם יאָר 2013, אַז ער האַלט זיך פֿאַר אַ ציוניסט, אָבער איז נישט מסכּים מיט געוויסע אַקציעס פֿון דער ישׂראלדיקער רעגירונג.

ס׳איז מערקווירדיק, אַגבֿ, אַז מײַקל האָוואַרד, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיט דער קאָנסערוואַטיווער פּאַרטיי פֿאַר קאַמעראָנען, פֿון 2003 ביז 2010, איז אויך געווען אַ ייִד. להיפּוך צו די קלאַנגען וועגן דעם שטײַגנדיקן אַנטיסעמיטיזם אינעם לאַנד, פֿאַרנעמען ייִדן אַ וויכטיק אָרט אין ביידע הויפּט־צדדים פֿון דער בריטישער פּאָליטיק.