נוקלעאַרן גערעם־אָפּמאַך דערגרייכט

Framework for Nuclear Deal Reached

פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ בעת דער פּרעסע־קאָנפֿערענץ וועגן דעם גערעם־אָפּמאַך מיט איראַן, פֿאַרן „ווײַסן הויז‟, דעם 2טן אַפּריל
Getty Images
פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ בעת דער פּרעסע־קאָנפֿערענץ וועגן דעם גערעם־אָפּמאַך מיט איראַן, פֿאַרן „ווײַסן הויז‟, דעם 2טן אַפּריל

פֿון ייִט״אַ

Published April 03, 2015, issue of May 01, 2015.

בעת אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ לעבן דעם „ווײַסן הויז‟ דאָנערשטיק, האָט דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ געמאָלדן, אַז די פֿאַראייניקטע שטאַטן און די פֿינף אַנדערע וועלט־כּוחות, וועלכע האָבן געפֿירט די פֿאַרהאַנדלונגען אין דער שווייץ, האָבן דערגרייכט „אַ היסטאָרישן פֿאַרשטאַנד מיט איראַן‟, וואָס — אויב מע וועט אים אויספֿירן — וועט עס באַזײַטיקן איראַן פֿון קריגן נוקלעאַר געווער. דער טערמין פֿונעם פֿולשטענדיקן אָפּמאַך איז דער 30סטער יוני.

„אויב דער גערעם וועט גורם זײַן אַ פֿולשטענדיקן אָפּמאַך, וועט עס ברענגען אונדזער לאַנד, אונדזערע אַליִיִרטע לענדער און די גאַנצע וועלט מער זיכערהייט,‟ האָט אָבאַמאַ געזאָגט.

„מיר וועלן מיט גאָרנישט מסכּים זײַן ביז מיר וועלן נישט מסכּים זײַן מיט אַלץ,‟ האָט אָבאַמאַ דערקלערט, און דערנאָך אויסגערעכנט די הויפּטפּונקטן פֿונעם אָפּמאַך:

  1. איראַן וועט נישט אַנטוויקלען קיין וואָפֿן־פֿעיִקן פּלוטאָניום; די נוקלעאַרע אײַנריכטונג אין אַראַק וועט צעשטערט ווערן, און איר ברענשטאָף וועט אַרויסגעשיקט ווערן פֿון לאַנד.

  2. די צענטריפֿוגעס אין איראַן וועט מען רעדוצירן מיט צוויי־דריטל, און איראַן וועט נישט באַרײַכערן קיין אוראַניום דורך אַוואַנסירטע צענטריפֿוגעס כאָטש אויף 10 יאָר

  3. אינטערנאַציאָנאַלע אינספּעקטאָרן וועלן צום ערשטן מאָל האָבן צוטריט צו אַלע נוקלעאַרע אײַנריכטונגען אין איראַן.

ווי אַן אויסבײַט, וועט איראַן באַפֿרײַט ווערן פֿון געוויסע סאַנקציעס מצד די פֿאַראייניקטע שטאַטן און דער „יו־ען‟. וואָס מער שריט איראַן וועט אָננעמען צו באַפֿרידיקן דעם הסכּם, אַלץ מער סאַנקציעס קעגן איר וועלן אַנולירט ווערן. „אויב איראַן איז אָבער עובֿר אויפֿן הסכּם, וועט מען יענע סאַנקציעס תּיכּף צוריקברענגען,‟ האָט אָבאַמאַ געזאָגט. דער פּרעזידענט האָט נישט אָנגעגעבן וועלכע סאַנקציעס מע וועט אָפּשטעלן.