מער אַמעריקאַנער מוסולמענער ווי ייִדן אין 20 יאָר

American Muslims Will Outnumber Jews in 20 Years

Thinkstock

פֿון אוריאל היילמאַן (ייִט״אַ)

Published April 05, 2015, issue of May 01, 2015.

לויט אַ נײַעם דעמאָגראַפֿישן באַריכט פֿונעם פֿאָרש־צענטער „פּיו‟, וועלן אין 20 יאָר אַרום וווינען אין צפֿון־אַמעריקע מער מוסולמענער, ווי ייִדן. לויט דעם זעלבן באַריכט, וואָס איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן דאָנערשטיק, דעם 2טן אַפּריל, איז די צאָל אַמעריקאַנער ייִדן, וואָס פֿאַרלאָזן ייִדישקייט און נעמען אָן אַן אַנדער רעליגיע, איז גרעסער, ווי די צאָל גרים, וואָס ווערן אַ טייל פֿון דער ייִדישער קהילה.

אינעם יאָר 2010, האָט די מוסולמענישע באַפֿעלקערונג פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן באַטראָפֿן 0.9 פּראָצענט, אין פֿאַרגלײַך מיט 1.8 פּראָצענט ייִדן. דער פֿאָרש־צענטער איז זיך משער, אַז צום יאָר 2050 וועלן די ציפֿערן זיך בײַטן אויף קאַפּויער: די ייִדישע באַפֿעלקערונג וועט באַטרעפֿן בלויז 1.4 פּראָצענט, און די מוסולמענישע — אויפֿשטײַגן ביז 2.1 פּראָצענט.

די מחברים פֿונעם באַריכט האָבן אויך באַטראַכטן די גלאָבאַלע דעמאָגראַפֿישע טענדענצן. מע איז זיך משער, אַז די ייִדישע באַפֿעלקערונג אַרום דער וועלט וועט פֿון 2010 ביז 2050 שטײַגן פֿון 14 ביז 16 מיליאָן. הײַנט וווינען בערך 44 ייִדן אין צפֿון־אַמעריקע, 41 פּראָצענט — אין ישׂראל, מיטל־מיזרח און צפֿון־אַפֿריקע, 10 פּראָצענט — אין אייראָפּע, און 3 פּראָצענט — אין דרום־אַמעריקע.

אויב די הײַנטיקע טענדענצן וועלן זיך נישט ממשותדיק בײַטן, וועלן צום יאָר 2050 וווינען אינעם מיטל־מיזרחדיקן ראַיאָן — כּמעט אינגאַנצן אין ישׂראל — בערך 51 פּראָצענט ייִדן, און אין צפֿון־אַמעריקע — בלויז 37 פּראָצענט. מע איז זיך משער, אַז די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין אייראָפּע וועט ווערן ממשותדיק קלענער.

וואָס שייך די מוסולמענער, האָט זייער וועלט־באַפֿעלקערונג באַטראָפֿן בערך 1.6 מיליאַרד אינעם יאָר 2010, און צו 2050 וועט זי שטײַגן ביז 2.8 מיליאַרד; בערך יעדער דריטער תּושבֿ פֿונעם פּלאַנעט וועט זײַן דעמאָלט אַ אָנהענגער פֿון דער איסלאַמישער רעליגיע.

ס׳איז כּדאַי צוצוגעבן, אַז די פֿאָרשער האָבן זיך פֿאַרלאָזט אויף דער רעליגיעזער דעפֿיניציע פֿון ייִדן, און האָבן נישט גענומען אין באַטראַכט די אָפּשטאַמלינגען פֿון ייִדישע משפּחות, וואָס באַטראַכטן נישט ייִדישקייט ווי זייער אמונה. צוליב פֿאַרשיידענע דעפֿיניציעס פֿון דער ייִדישער אידענטיטעט, באַקומען זיך מערקווירדיקע וואַקלענישן אין די חשבונות; לויט אַלע סימנים, באַטרעפֿט די הײַנטיקע ייִדישע באַפֿעלקערונג אין צפֿון־אַמעריקע מער אָדער ווייניקער די זעלבע צאָל, ווי אין ישׂראל. אַ דורכשניטלעכע ישׂראלדיקע ייִדישע משפּחה האָט אָבער מער קינדער — 2.8, אין פֿאַרגלײַך מיט 2.0 אין צפֿון־אַמעריקע און 1.8 אין אייראָפּע; דערפֿאַר, וועט די סטאַטיסטיק זיך בײַטן מיט דער צײַט.

דער צענטער האָט באַטאָנט, אַז ס׳איז פֿאַראַן אַ וויכטיקער דעמאָגראַפֿישער חילוק צווישן וועלטלעכע און גלייביקע מענטשן פֿון פֿאַרשיידענע רעליגיעס. הגם מע איז זיך משער, אַז אַטעיִסטישע דעות וועלן ווערן אויך ווײַטער פֿאַרשפּרייטן; די רעליגיעזע באַפֿעלקערונג־גרופּעס, אַרײַנגערעכנט מוסולמענער און פֿרומע ייִדן, וועלן וואַקסן דווקא גיכער, ווי די סעקולערע משפּחות, צוליב דער גרויסער צאָל קינדער.