שפּראַך־אַטלאַס אין אינטערנעץ

Yiddish Atlas Online

דער קאָלאָמביע־דאָקטאָראַנט שמואל נײַדאָרף אינעם אַמאָליקן אַטלאַס־ביוראָ אין די 1980ער יאָרן
דער קאָלאָמביע־דאָקטאָראַנט שמואל נײַדאָרף אינעם אַמאָליקן אַטלאַס־ביוראָ אין די 1980ער יאָרן

פֿון לייזער בורקאָ

Published April 05, 2015, issue of May 01, 2015.

אַז אונדזער ייִדיש איז הײַנט אַ סך אָרעמער ווי אַ מאָל, וועט קיינער נישט לייקענען. מע דאַרף בלויז בלעטערן אַ ייִדישן ראָמאַן, וואָס איז געדרוקט געוואָרן אין מיזרח־אייראָפּע פֿאַר דער מלחמה: אויף יעדן זײַטל געפֿינט מען ווערטער, וואָס מע פֿאַרשטייט זיי הײַנט ניט. אונדזער ייִדיש איז צוויי מאָל אָרעמער: ערשטנס, ווײַל די שפּראַך איז געוואָרן זייער וואַסערדיק דאָ אין אַמעריקע; מע האָט גלײַך גענומען רעדן און שרײַבן אויף אַ מער פּשוטן אופֿן, אַרויסגעוואָרפֿן די שווערע ווערטער, די לאָקאַלע און דיאַלעקט־ווערטער, כּדי אַלע ייִדן זאָלן פֿאַרשטיין — און קויפֿן די צײַטונג.

צווייטנס, ווײַל דער אַלטער דור, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן מיט אַ רײַכן ייִדיש אין מיזרח־אייראָפּע, איז הײַנט כּמעט ניטאָ, און דער יונגער דור, אַפֿילו בײַ די חסידים, רעדט ניט אַזוי געשמאַק ווי דער אַלטער. ס׳איז כּמעט ניט פֿאַרבליבן בײַ וועמען צו הערן אַן אויטענטישן ייִדיש מיט אַלע קנייטשן, אָדער צו פֿרעגן וועגן די אַלע שווערע ווערטער. אַפֿילו אַז מע געפֿינט זיי אין אַ ווערטערבוך פֿון ווײַסרוסיש אָדער אוקראַיִניש, אָדער אַן אַנדער שפּראַך, ווייסט מען נאָך ניט אויף זיכער, ווי ייִדן האָבן זיי אַרויסגערעדט, און וואָס איז געווען דער פּינקטלעכער באַטײַט. אַפֿילו אויב מע געפֿינט די ווערטער אין אַ ייִדישן ווערטערבוך, איז די אינפֿאָרמאַציע אָפֿט זייער קנאַפּ.

צום גליק, האָבן די לינגוויסטן פֿון ייִוואָ מיט איבער אַ האַלבן יאָרהונדערט צוריק פֿאָראויסגעזען אונדזער אומגליק. האָבן זיי אײַנגעזאַמלט וויפֿל ווערטער זיי האָבן נאָר געקענט פֿון די אַלטע דיאַלעקטן און ריידענישן, און אויך רעקאָרדירט לאַנגע אינטערוויוען מיט די אַלטע ייִדן, קענער פֿון אונדזערע דיאַלעקטן. דער וויכטיקסטער פּראָיעקט פֿון דעם מין, מיט די גרעסטע אַמביציעס אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדיש־פֿאָרשונג, איז געווען דער „ייִדישער שפּראַך־ און קולטור־אַטלאַס‟, געשאַפֿן פֿון אוריאל ווײַנרײַך, דער ערשטער ייִדיש־פּראָפֿעסאָר אין קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט.

פֿאַקטיש האָט א. ווײַנרײַך אָנגעהויבן פּלאַנירן דעם אַטלאַס־פּראָיעקט נאָך ווי אַ דאָקטאָראַנט — ער האָט שטודירט איין יאָר אין דער שווייץ, וווּ ער האָט זיך געלערנט בײַם שווייצער־דײַטשן דיאַלעקט־אַטלאַס. דאָרט האָט ער געמאַכט זײַנע ערשטע אינטערוויוען מיט אַלטע ייִדן, וואָס האָבן געקענט די מערבֿ־ייִדישע דיאַלעקטן. אָבער דער פּראָיעקט האָט זיך באמת ערשט אָנגעהויבן אין 1959, ווען א. ווײַנרײַך האָט באַקומען אַ סובווענץ, און ער איז אַוועקגעפֿאָרן אויף אַ שמיטה־יאָר קיין ישׂראל.

מיט אַ פֿרעגבויגן פֿון 220 זײַטן, מיט פֿראַגעס וועגן כּלערליי לינגוויסטישע און פֿאָלקלאָריסטישע ענינים, האָט ווײַנרײַכס אַן אינטערוויו אָפֿט געדויערט 10־15 שעה. די אַרבעט איז געווען אַ ריזיקע: קודם־כּל, געפֿינען די אַלע אינפֿאָרמאַנטן פֿון יעדן ווינקל אין מיזרח־אייראָפּע — בסך־הכּל, איבער 600; מאַכן מיט זיי דעם אינטערוויו און פֿאַרשרײַבן די ענטפֿערס; צוהערן זיך צו דער רעקאָרדירונג, כּדי צו קאָנטראָלירן וואָס מע האָט פֿאַרשריבן; און בלויז צום סוף, פֿאַרצייכענען די ענטפֿערס אויף מאַפּעס און זיי אַנאַליזירן.

כּדי צו העלפֿן מיט דער אַרבעט, האָט א. ווײַנרײַך צוגעצויגן אַנדערע פֿאָרשער און סטודענטן, דער עיקר, ד״ר מרדכי שעכטער, וואָס איז געווען דער הויפּט־אינטערוויויִרער און איז אַרומגעפֿאָרן איבער צפֿון־אַמעריקע זוכנדיק די אינפֿאָרמאַנטן; און ד״ר מיכל הערצאָג, וואָס האָט געמאַכט זײַן דאָקטאָראַט בײַ ווײַנרײַכן און האָט איבערגענומען דעם פּראָיעקט נאָך זײַן טויט אין 1967.

מיט אַזוי פֿיל אינפֿאָרמאַציע צו פֿאַשרײַבן און צו אַנאַליזירן — 5700 שעה פֿון רעקאָרדירטע אינטערוויוען און 140,000 זײַטלעך מיט ענטפֿערס — איז די אַרבעט אָנגעגאַנגען פּאַמעלעך, אַפֿילו מיט דער הילף פֿון עטלעכע דורות קאָלאָמביע־גראַדויִר־סטודענטן. ערשט אין די 1990ער יאָרן זײַנען אַרויס די ערשטע דרײַ בענד פֿונעם אַטלאַס, אונטער הערצאָגס רעדאַקציע. אָבער ניט געקוקט אויפֿן גרויסן אויפֿטו, שפּיגלען די געדרוקטע בענד אָפּ בלויז אַ קליינעם חלק פֿונעם ריזיקן סכום אינפֿאָרמאַציע, וואָס איז דאָ אינעם אַטלאַס־אַרכיוו.