ביבי דאַרף גוט באַטראַכטן זײַן קריגערײַ

Time for Bibi To Reassess His Fight

Getty Images

פֿון חמי שלו (Forward)

Published April 05, 2015, issue of May 01, 2015.

במשך פֿון די לעצטע וואָכן, האָבן די קריטיקער פֿון די פֿאַרהאַנדלונגען מיט איראַן זיך באַוויזן אויף דער פּאָליטישער סצענע, דער עיקר, פֿאַרן אייגענעם עולם. דער פּרעזידענט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, באַראַק אָבאַמאַ, און זײַן אַדמיניסטראַציע האָבן איגנאָרירט ס׳רובֿ קריטישע אָפּרופֿן און האָבן ממשיך געווען צו שמועסן רויִק מיט איראַנער פֿאָרשטייער.

דאָנערשטיק, דעם 2טן אַפּריל, מיט עטלעכע מינוט פֿאַרן אַנאָנסירן די רעזולטאַטן פֿון די פֿאַרהאַנדלונגען, וועלכע זענען פֿאָרגעקומען אין דער שווייצאַרישער שטאָט לאָזאַן, איז אָבאַמאַ אויפֿגעטראָטן מיט אַ מעכטיקער רעדע, איבערראַשנדיק די קריטיקער מיט זײַן שאַרפֿער און איבערצײַגטער רעטאָריק. דער פּרעזידענט האָט דערקלערט, אַז זײַן מלוכה האָט דערגרייכט אַ היסטאָרישן הסכּם־מאָמענט מיט איראַן, וואָס וועט „מאַכן אונדזער לאַנד, אונדזערע פֿרײַנד און די גאַנצע וועלט אַ מער פֿאַרזיכערט אָרט‟. אָבאַמאַ האָט צוגעגעבן, אַז צוליב זײַן סטראַטעגיע האָט זיך אײַנגעגעבן „אָפּצונעמען בײַ איראַן וועלכע־ניט־איז שאַנסן צו שאַפֿן דאָס נוקלעאַרע געווער‟.

בעת זײַן עמאָציאָנעלן אויפֿטריט, האָט דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַטאָנט, אַז דער דערפֿאָלג פֿון די פֿאַרהאַנדלונגען איז געווען אַ גרויסער נצחון פֿון אַן עפּישן מאַסשטאַב, וואָס מע קאָן פֿאַרגלײַכן מיטן היסטאָרישן אָפּמאַך מיטן ראַטן־פֿאַרבאַנד בײַם סוף פֿון דער „קאַלטער מלחמה‟. אַזוי צי אַזוי, זעט אויס, אַז צוליב זײַן דיפּלאָמאַטישער הצלחה וועט זיך אײַנשטילן דאָס שאַרפֿע מחלוקת, וואָס האָט שיִער נישט אונטערגעריסן דעם קאָנגרעס. הגם די רעפּובליקאַנער וועלן, אַוודאי, ווײַטער קריטיקירן זײַנע פּאָזיציעס, און די קריטיקער טענהן, אַז אינעם אָפּמאַך קאָן מען געפֿינען געוויסע לעכער און צווייפֿלהאַפֿטיקע פּונקטן, קאָן קיינער נישט אָפּלייעקענען, אַז אָבאַמאַס דיפּלאָמאַטיע איז געלונגען.

דער פּרעזידענט האָט אויך צוגעזאָגט, אַז נאָכן שמועסן מיט אַ צאָל אַנדערע וועלט־פֿירער, וועט ער דערקלערן זײַן שאַרפֿן ישׂראלדיקן קריטיקער, בנימין נתניהו, די פּרטים פֿונעם אָפּמאַך מיט איראַן. אָבאַמאַ האָט צוגעגעבן, אַז זײַן איבערגעגעבנקייט צו די ישׂראלדיקע זיכערהייט־ענינים האָט זיך נישט געביטן. עס קאָן זײַן, אַז מיט זײַן אַנומלטיקער רעטאָריק קעגן נתניהו, האָט אָבאַמאַ געמאַכט אַ גוטן טאַקטישן שריט, ווײַזנדיק דער וועלט, אַז נתניהוס קעגנערשאַפֿט צו די פֿאַרהאַנדלונגען מיט איראַן איז בלויז איין עלעמענט אינעם גאַנצן „פּעקל‟ פֿון אַנטי־דעמאָקראַטישע און פּראָ־רעפּובליקאַנער דעות פֿונעם ווידער אויסגעוויילטן פּרעמיער.

נתניהו וועט מוזן איצט באַטראַכטן, נאָכן דערפֿאָלג אין לאָזאַן, ווי ווײַט עס טויג זײַן שפּאַרבערישער צוגאַנג. אַנשטאָט די היסטערישע פּורימדיקע ווערטער פֿונעם פּרעמיער, וועלכער האָט פֿאַרגליכן איראַן מיט המן־הרשע און האָט געהאַלטן לעצטנס אין איין שרײַען גוואַלד, האָט אָבאַמאַ טאַקע דורכגעפֿירט, שטילערהייט און גאַנץ שׂכלדיק, זײַנע פּלענער מיט אַ טריִומף.