חזנות: נישט קיין שלעכטע פּרנסה

Cantors are Surprisingly Well-Paid

משה קוסעוויצקי (רעכטס) און ריטשאַרד טאַקער שטייט גרייט אָפּצוריכטן אַ פּסח־סדר
Forward Association
משה קוסעוויצקי (רעכטס) און ריטשאַרד טאַקער שטייט גרייט אָפּצוריכטן אַ פּסח־סדר

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published April 07, 2015, issue of May 01, 2015.

איך האָב זיך אָנגעשטויסן אויף אַן אָפּשאַצונג פֿון דעם, וויפֿל עס קען הײַנט פֿאַרדינען אַ קוואַליפֿיצירטער חזן אין אַמעריקע. עס זעט אויס (זען work.chron.com/pay-scale-jewish-cantors-17855.html), אַז גאָר ניט שלעכט — אַרום אַ 100 טויזנט דאָלאַר אַ יאָר. מיך האָט עס פֿאַראינטערעסירט ניט ווײַל איך האָב ליב צו ציילן געלט אין פֿרעמדע קעשענעס; איך האָב פּשוט געוואָלט קאָנטראָלירן, צי דער אַמאָליקער זשורנאַליסט פֿון „פֿאָרווערטס‟, חיים־אַבֿרהם הורוויץ (1893—1952) — ער פֿלעגט אונטערשרײַבן זײַנען אַרטיקלען מיטן פּסעוודאָנים ה. וויטאַל — איז געווען גערעכט, ווען ער האָט אין אַפּריל 1945 באַשריבן דעם מצבֿ פֿון חזנות אין אַמעריקע.

נאָך דעמאָלט האָט ער באַמערקט, אַז דער מצבֿ איז פֿאַר חזנים געוואָרן גינציקער, עפּעס האָט זיך געביטן אין פֿאַרגלײַך מיט דעם פֿריִערדיקן טראַדיציאָנעלן קוק אויף זיי, אַ קוק פֿון אויבן אַראָפּ. די דאָזיקע באַציִונג האָט זיך אָפּגעשפּיגלט אין דעם ווערטל, לויט וועלכן דאָס וואָרט „חזן‟ פֿלעגט פֿאַרטײַטשט ווערן, ווי: „חזנים זײַנען נאַראָנים‟. שוין אין יאָר 1945 איז אַזאַ גרינגשעצונג געוואָרן פֿאַרעלטערט, ווײַל אַ חזן האָט דעמאָלט געקענט זייער לײַטיש פֿאַרדינען, מחמת די שילן פֿון אַלע מינים — רעפֿאָרמיסטישע, קאָנסערוואַטיווע און אָרטאָדאָקסישע — זײַנען געווען גרייט צו צאָלן זיי גוט ניט נאָר אין דער צײַט פֿון יום־טובֿים, אָבער אויך נעמען חזנים אויף דער אַרבעט, אונטערשרײַבנדיק מיט זיי יאָרן־לאַנגע קאָנטראַקטן.

די גורמים פֿאַר אַזאַ שינוי זײַנען דעם זשורנאַליסט געווען ניט אין גאַנצן קלאָר: אָדער עס האָט די ייִדן צו יענער צײַט גײַסטיק אַ צי געטאָן צו דער שיל, אָדער זיי זײַנען פּשוט געוואָרן מער פֿאַרמעגלעך און האָבן געקענט זיך דערלויבן אַזאַ לוקסוס. אַזוי צי אַזוי, אָבער חזנים האָבן געקענט פֿאַרדינען אַרום פֿינף טויזנט דאָלאַר אין דער צײַט פֿון ימים־נוראָים, וואָס איז דעמאָלט געווען גאָר ניט שלעכט — צוויי מאָל מער איידער אין די פֿריִערדיקע יאָרן. פּאַראַדאָקסאַל זעט אויס, אַז אָפֿט מאָל פֿלעגט מען ווערן מער באַצאָלט אין די אָרטאָדאָקסישע שילן, כאָטש זיי זײַנען, בדרך־כּלל, געווען אָרעמער פֿון די רעפֿאָרמיסטישע; דווקא אין די אָרטאָדאָקסישע שילן האָט מען דערפֿילט, אַז אַ גוטער חזן איז וויכטיק פֿאַר די יונגע לײַט זייערע.

באַזונדערס גוט האָבן געקענט פֿאַרדינען די חזנים, וועלכע מע האָט פֿאַרבעטן אין די „בערג‟ הינטער ניו־יאָרק, וווּהין אויף די יום־טובֿים פֿלעגן אַרויספֿאָרן אַלץ מער ייִדן. אין די פֿריִע 1940ער יאָרן האָבן די באַלעבאַטים פֿון די „בערגיקע‟ האָטעלן עקספּערימענטירט מיט אײַנפֿירן חזנות אין דער פֿאַרווײַלונג־פּראָגראַם. תּחילת האָט מען עס געטאָן אויף פּסח, און בײַ דעם עולם האָט עס שטאַרק אויסגענומען. דער סוף איז געווען, אַז דווקא אין די „בערג‟ האָט אַ חזן געקענט קריגן די פֿײַנסטע שׂכירות. קיין חידוש ניט, אַז אַהין פֿלעגן אויף יום־טובֿים פֿאָרן די בעסטע חזנים.