אין איין צימער — אַ 2,700־יאָריקע געשיכטע

In 1 Room – 2,700 Years of History

Hamutal Wachtel

פֿון בען סיילס (ייִט״אַ)

Published April 07, 2015, issue of May 01, 2015.

ירושלים. — אין 1991 האָט דער 28־יאָריקער אַרכעאָלאָג עמית ראם אָנגעהויבן אַן אויסגראָבונג פֿון אַ פֿאַרלאָזטער אָטאָמאַנישער תּפֿיסה אין דער אַלטער שטאָט ירושלים, כּדי צו מאַכן אָרט פֿאַר אַן אויסשטעלונג פֿונעם דערבײַיִקן מוזיי פֿונעם „מגדל־דוד‟, דוד המלכס טורעם.

די תּפֿיסה, וואָס הייסט „קישלע‟ (דאָס טערקישע וואָרט פֿאַר תּפֿיסה), האָבן די טערקן אויפֿגעבויט אין די 1800ער יאָרן און די ענגלענדער האָבן עס געניצט אין די 1940ער פֿאַר די אַרעסטאַנטן פֿון דער ייִדישער מיליץ. עד־היום קען מען זען אַ מאַפּע פֿון גאַנץ ישׂראל אויסגעקריצט אויף אַ וואַנט פֿון דער תּפֿיסה דורך אַן אַרעסטאַנט פֿון דער ציוניסטישער מיליץ־אָרגאַניזאַציע „ארגון‟.

גראָבנדיק, האָט ראמס מאַנשאַפֿט אָבער געמאַכט אַ גרויסע אַנטדעקונג: זיי האָבן געפֿונען שיכטן פֿון כּמעט יעדער תּקופֿה אין דער געשיכטע פֿון ירושלים, אָנהייבנדיק פֿונעם ערשטן בית־המיקדש, דורך די רוימישע צײַטן, די קרייצצוגן, דער אָטאָמאַנישער עפּאָכע, ביז ישׂראלס אומאָפּהענגיקייט אין 1948 — און אַלץ אין אַ שטח פֿון בלויז 160 פֿוס בײַ 30 פֿוס.

„מיר האָבן געהאַט אַ חשד, אַז מיר וועלן עפּעס געפֿינען, אָבער ס׳איז אונדז קיין מאָל נישט אײַנגעפֿאַלן, אַז מיר וועלן אַנטדעקן אַזוי פֿיל,‟ האָט ראם געזאָגט דער ייִט״אַ.

ראמס אויסערגעוויינטלעכע אַנטדעקונגען האָבן איבערצײַגט דעם „מגדל־דוד מוזיי‟ נישט צו בויען אויף יענעם אָרט. אָבער זינט מע האָט אָפּגעשטעלט די אויסגראָבונג אין 2001, איז דער צימער געבליבן פֿאַרשלאָסן צוליב בודזשעט־ענינים, ביז דער נײַער דירעקטאָר פֿונעם מוזיי, אילת ליבער, האָט עס פֿאַראַיאָרן געעפֿנט פֿאַרן פּובליקום. ליבער האָפֿט צו מאַכן אַ גלעזערנעם דיל איבער די חורבֿות און אַרײַנצושטעלן דרײַ־דימענסיאָנעלע אימאַזשן, כּדי צו ווײַזן ווי אַזוי דאָס אָרט האָט אויסגעזען במשך פֿון די פֿאַרשידענע תּקופֿות.

אונטער דער תּפֿיסה האָט מען געפֿונען דעם פֿונדאַמענט פֿון אַ פֿעסטונג, געבויט אינעם 8טן י״ה פֿאַר דער איצטיקער צײַט־רעכענונג דורכן ייִדישן מלך חזקיהו. אויף דער צווייטער זײַט צימער זעט מען די חורבֿות פֿון אַ צווייטער פֿעסטונג, געבויט 600 יאָר שפּעטער דורך די חשמונאים, וועלכע האָבן באַהערשט ירושלים נאָכן אויפֿשטאַנד פֿון די מכּבייער.

מע קען דאָרט אויך זען אַ טייל פֿון אַ ריזיקן פּאַלאַץ פֿונעם קעניג הורדוס, געבויט בײַם אָנהייב פֿון דער איצטיקער צײַט־רעכענונג, ווי אויך עטלעכע באַסיינען פֿון דער קרייצצוג־עפּאָכע, וואָס מע האָט מסתּמא געניצט צו פֿאַרבן קליידער און אויף גאַרבערײַ. די ווענט, וואָס געפֿינען זיך אין דער אַלטער שטאָט, האָבן די אָטאָמאַנער געבויט אינעם 16טן י״ה איבער הורדוס׳ פֿעסטונג, און האָבן שפּעטער געדינט ווי די דרויסנדיקע ווענט פֿון דער תּפֿיסה.

ראם זאָגט, אַז דער צימער איז מסתּמא אויך געווען דאָס אָרט, וווּ פּאָנטיוס פּילאַט האָט געמישפּט יעזוסן, ווײַל הורדוס׳ פּאַלאַץ איז דעמאָלט געווען אַ חשובֿ אָרט, און איינער פֿון די בנינים אויפֿן דרך פֿון דער „וויִאַ דאָלאָראָזאַ‟, וווּ יעזוס איז געגאַנגען אויפֿן וועג פֿאַרקרייציקט צו ווערן.

„ס׳איז גלײַך ווי די פֿריִערדיקע עפּאָכעס פֿון דער געשיכטע וואָלטן אונדז איבערגעשיקט אַ גרוס,‟ האָט ליבער געזאָגט. „זען, זעט מען נאָר שטיינער, אָבער הינטער די שטיינער אַנטדעקט מען וואָס ס׳איז דאָ אַ מאָל געווען, און די העלדן פֿון יענע צײַטן.‟