ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

די גרופּע KAZIMIERZ
די גרופּע KAZIMIERZ

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published April 07, 2015, issue of May 01, 2015.

י. ל. פּרץ אין הײַנטיקער וואַרשע

הונדערט יאָר זענען אַריבער זינט יצחק־לייבוש פּרץ איז אַוועק פֿון דער וועלט, דעם דריטן אַפּריל 1915. פּרץ איז געווען אַן אָנגעשטעלטער פֿון דער וואַרשעווער ייִדישער גמינע, און אפֿשר אויך דערפֿאַר האָט די הײַנטיקע ייִדישע גמינע אין איינעם מיטן ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט אָרגאַניזירט אַ „פּרץ-שפּאַצירגאַנג‟ אינעם זאַקסישן גאָרטן, וואָס געפֿינט זיך נישט ווײַט פֿונעם אַזוי גערופֿענעם „ווײַסן הויז‟. פֿון דאַנען פֿלעגט די קליינע גרופּע פּרץ־פֿאַרערער גיין צו פֿוס צום זאַקסישן גאָרטן. „דאָס ווײַסע הויז‟ אויף דער טוואַרדע־גאַס איז פֿאַר דער מלחמה געווען אַ ייִדישער שפּיטאָל, און הײַנט געפֿינען זיך דאָרט פֿאַרשיידענע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס.

צווישן די דרײַ גרויסע שאַפֿערס פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור, מענעדלע מוכר־ספֿרים, שלום־עליכם און פּרץ, איז פּרץ געווען דער איינציקער פּוילישער ייִד. וואַרשע איז געווען אַ טייל פֿון רוסלאַנד ביז דער ערשטער וועלט־מלחמה, און פּרץ האָט, פֿאַרשטייט זיך, גערעדט און געלייענט רוסיש, אָבער אַנדערש ווי מענדעלע און שלום־עליכם. ער איז געווען אַ גרויסער בקי אין דער פּוילישער ליטעראַטור אויך.

עס זענען דאָ פֿאָרשער וואָס האַלטן, למשל, אַז דער פּוילישער דראַמאַטורג סטאַניסלאַוו וויספּיאַנסקי האָט משפּיע געווען אויף פּרצעס פּיעסע „בײַנאַכט אויפֿן אַלטן מאַרק‟.

פּרץ איז געווען פֿון צײַט צו צײַט איראָניש און אַפֿילו סאַרקאַסטיש, אָבער מיר געפֿינען בײַ אים אויך אַ ראָמאַנטישן צוגאַנג צום אַלטן ייִדישן לעבנס־שטייגער. אַן ענלעכער מין ראָמאַנטיזם לגבי דעם אַלטן פּוילישן לעבנס־שטייגער איז געווען טיפּיש פֿאַר דער פּוילישער ליטעראַטור פֿון זײַן צײַט. בײַ שלום־עליכמען געפֿינט מען נישט אָט די ראָמאַנטישע שטריכן; פֿון מענדעלע איז שוין אָפּגערעדט.

דער נאָמען פּרץ איז באַקאַנט יעדן וואַרשעווער, אַ דאַנק דער גרויסער פּרץ־גאַס, „אוליצאַ פּערעצאַ‟. זײַנע ווערק זענען אָבער דעם פּוילישן עולם כּמעט אומבאַוווּסט.