תּלמידים פֿון עפֿנטלעכער שול טרעטן אויף אין ייִדיש

Public School Kids Perform in Yiddish

דער קינדערכאָר, באַגלײט יצחק פּערלמאַן און אַנדערע כּלי־זמרים אױף דער בינע
Stephen Sorokoff
דער קינדערכאָר, באַגלײט יצחק פּערלמאַן און אַנדערע כּלי־זמרים אױף דער בינע

פֿון איציק בלימאַן

Published April 08, 2015, issue of May 01, 2015.

דעם 31סטן מאַרץ איז אין קאַרנעגי־האָל פֿאָרגעקומען אַ קאָנצערט לכּבֿוד דעם הונדערט־יאָריקן יובֿל פֿון דער „פֿאָלקסבינע‟, אונטער דער מוזיקאַלישער אָנפֿירונג פֿון הענקוס נעצקי. אױפֿן קאָנצערט האָט געשפּילט דער װעלט־באַרימטער פֿידלער יצחק פּערלמאַן, אַקאָמפּאַנירט פֿון די כּלי־זמרים לאָרין סקלאַמבערג, מײשקע אַלפּערט, פֿרענק לאָנדאָן, אַלען בערן און קורט ביאָרלינג, צװישן אַנדערע. געשלאָסן האָט מען דעם אָװנט מיטן לעבעדיקן ליד „אַלע ברידער“, געזונגען פֿון אַ גרופּע תּלמידים, מערסטנס, פֿון די פּריװאַטע ייִדישע און נישט־ייִדישע טאָגשולן.

אינעם קינדערכאָר האָבן זיך אױך באַטײליקט דרײַצן תּלמידים פֿון דער „מיזרח־מערבֿ־שול פֿאַר אינטערנאַציאָנאַלע לימודים“, אַן עפֿנטלעכע מיטלשול און אונטערמיטלשול אין פֿלאָשינג, קװינס. איר נאָמען שטאַמט פֿון דעם, װאָס מע לערנט דאָרט שפּראַכקורסן אין כינעזיש, יאַפּאַניש און קאָרעיִש — ממש אַ זעלטנקײט אין דער ניו־יאָרקער פֿאָלקשול־סיסטעם. די מיזרח־מערבֿ־שול איז אױך אַן אױסנאַם צוליב אַנדערע סיבות: נישט געקוקט אױף דער גרױסער אָרעמקײט אין דער באַפֿעלקערונג (66 פּראָצענט פֿון די תּלמידים קריגן מיטאָג בחינם), גראַדויִרן און לערנען זיך װײַטער אין אוניװערסיטעט די גרעסטע מערהײט תּלמידים — 80 פּראָצענט, בשעת דער דורכשניט אין שטאָט ניו־יאָרק איז בלױז 51 פּראָצענט. 96 פּראָצענט פֿון די תּלמידים שטאַמען פֿון עטנישע מינאָריטעטן.

װי אַזױ זשע האָט זיך די מיזרח־מערבֿ־שול אַרײַנגעמישט אין דער גרױסער פֿײַערונג פֿונעם ייִדישן טעאַטער? אין זײער אַ גרױסער מאָס איז דאָס געװען די איניציאַטיװ פֿון לאַריסאַ פּעטשערסקי, אַ לערערקע פֿון מאַטעמאַטיק, װיסנשאַפֿט, געשיכטע און ענגליש. אַ געבױרענע אין לענינגראַד (פּעטערבורג), האָט זי זיך אױסגעלערנט הונדערטער ייִדישע לידער פֿון דער באָבען. זי איז געװאָרן אַ טרענירטע פֿאָלקלאָריסטקע און האָט רעדאַקטירט די ייִדישע טעקסטן פֿון אַ פֿילשפּראַכיקער אַנטאָלאָגיע פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידער. נאָכן באַקומען אַ מאַגיסטער אין פּעדאַגאָגיק האָט זי געאַרבעט װי דער בילדונגס־דירעקטאָר פֿון „עדיין לא“ („נאָך נישט“), אַ קאָמונאַלער צענטער פֿאַר ייִדישע משפּחות אין פּעטערבורג. אין ניו־יאָרק האָט זי זיך װײַטער קאָנצענטרירט אױף ספּעציעלער פּעדאַגאָגיק און געלערנט תּלמידים מיט פֿאַרשידענע פֿיזישע און פּסיכאָלאָגישע שװעריקײטן. פֿון 1998 ביז 2006 האָט זי געלערנט אין פּריװאַטע ייִדישע שולן, זינט 2006 — אין דער עפֿנטלעכער שול־סיסטעם.

באַלד װי זי האָט זיך דערװוּסט װעגן דעם קאָנצערט לכּבֿוד דעם „פֿאָלקסבינע‟־יוביליי, האָט זי זיך פֿאַרבונדן מיט זלמן מלאָטעק און אים פֿאָרגעלייגט די באַטײליקונג פֿון אירע תּלמידים. דער דירעקטאָר פֿון איר שול, בען שערמאַן, האָט אױך פֿאַרשטאַנען, אַז די תּלמידים װאָלטן אַ סך גענאָסן פֿון פּעטשערסקיס פּראָגראַם, װאָס זי האָט אָרגאַניזירט װי אַ צוגאָבקלוב נאָכן לערנטאָג. אין משך פֿון דרײַ חדשים האָט פּעטשערסקי געלערנט מיט די קינדער, זײ זאָלן זיך באַקענען מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, נישט נאָר מיטן רעפּערטואַר, װאָס זײ װאָלטן געדאַרפֿט צוגרײטן פֿאַרן קאָנצערט. די לעקציעס האָט זי געהאַלטן װי אַ װאָלונטיר, צוזאַמען מיט דער פֿולצײַטיקער מוזיק־לערערין שׂרה מינקלער. קײן אײן אָנטײל־נעמער, אַרײַנגערעכנט די מוזיק־לערערין, איז פֿריִער נישט באַקענט געווען מיט דער ייִדישער קולטור.