קאָנסערוואַטיווע שילן פּראַווען שבת מיט מוזיק

Conservative Shuls Turning To Musical Instruments To Boost Shabbos Services

זינגערײַ בײַ „כּל־נדרי‟ אין דער וואַשינגטאָנער שיל „עדת־ישׂראל‟
David Polonsky
זינגערײַ בײַ „כּל־נדרי‟ אין דער וואַשינגטאָנער שיל „עדת־ישׂראל‟

פֿון אוריאל היילמאַן (ייִט״אַ)

Published April 12, 2015, issue of May 01, 2015.

ווען דער ראַבינער ברוס דאָלין האָט צום ערשטן מאָל געשמועסט מיט די דירעקטאָרן פֿון זײַן קאָנסערוואַטיווער שיל וועגן אַן אַלטערנאַטיוון שבת־מנין, וווּ מע זאָל זינגען און שפּילן אויף מוזיקאַלישע אינסטרומענטן, האָט קיינער נישט אויפֿגעטראָטן קעגן אַזאַ איניציאַטיוו מיט ממשותדיקע טענות.

במשך פֿון מער ווי 20 יאָר האָט דאָלין אָנגעפֿירט מיט דער „העברעיִשער בילדונג־אַליאַנץ‟ אין דענווער. פֿון יאָר צו יאָר, זענען אַלץ ווייניקער מענטשן געקומען צו דאַוונען שבת אין זײַן טראַדיציאָנעלן עגאַליטאַרן מנין. די צאָל מתפּללים איז געפֿאַלן כּמעט אויף אַ האַלב און ס׳רובֿ פֿון די 200 שטענדיקע מיטגלידער פֿון דער שיל זענען געווען עלטער פֿון 50 יאָר.

אינעם נײַעם מנין, „שיר חדש‟, האָט דאָלין באַשלאָסן צו פֿאַרקירצן דאָס דאַוונען. אַנשטאָט געוויסע תּפֿילות, זינגט דער עולם און שפּילט אויף פּויקן, זיצנדיק אין אַ קאָן. יעדער קאָן זיך באַטייליקן אין דער זינגערײַ. דער ראַבינער האָט דערקלערט, אַז לכתּחילה האָט ער געוואָלט באַגלייטן דאָס דאַוונען מיט אַ גיטאַר. דער דאָזיקער אינסטרומענט ציט אָבער צו אַ סך אויפֿמערק צו דעם מוזיקאַנט, און דאָלין האָט געוואָלט שטעלן דעם טראָפּ אויף דער קהילה גופֿא, דערפֿאַר האָט ער אויסגעקליבן די פּויקן.

דער פּראָיעקט האָט אויסגענומען. במשך פֿון אַ פּאָר חדשים, זענען צענדליקער מתפּללים פֿונעם אַלטן מנין אַריבער צו „שיר חדש‟ און לכל־הפּחות 70 נײַע מענטשן האָבן אָנגעהויבן דאַוונען יעדן שבת מיט דער נײַער מוזיקאַלישער חבֿרה. דזש. סלאַטקין, אַ 32־יאָריקער תּושבֿ פֿון דענווער, האָט דערציילט דער ייִט״אַ, אַז איידער ער האָט זיך דערוווּסט וועגן „שיר חדש‟, איז ער זעלטן געגאַנגען אין אַ שיל. אַ דאַנק דער מוזיק, האָט ער דערפֿילט אינעם נײַעם מנין אַ גײַסטיק התפּעלות, אין פֿאַרגלײַך מיט די געוויינטלעכע „טרוקענע‟ שילן.

לויט דער טראַדיציאָנעלער הלכה, טאָר מען נישט שפּילן שבת אויף מוזיקאַלישע אינסטרומענטן. ביז לעצטנס, וואָלטן די קאָנסערוואַטיווע שילן נישט דערלויבט דאָס צו טאָן. שפּעטער אָבער, האָט מען דאָס מתּיר געווען אין אַ סך ערטער. אין געוויסע סינאַגאָגעס שפּילט מען שוין לאַנג אויף אַן אָרגל. בערך אין אַ דריטל פֿון די קאָנסערוואַטיווע קהילות שפּילט מען מוזיק שוין 12 יאָר אויף כּלערליי אינסטרומענטן — פֿון פּויקן און גיטאַרן ביז די עלעקטראָנישע סינטעזאַטאָרס. הײַנט איז אַזאַ מינהג אָנגענומען בערך אין יעדער צווייטער קאָנסערוואַטיווער שיל.

די שטײַגנדיקע פּאָפּולאַריטעט פֿון דער אינסטרומענטאַלער מוזיק בעת די קאָנסערוואַטיווע שבתדיקע תּפֿילות איז פֿאַרבונדן מיט דער השפּעה פֿון הרבֿ שלמה קאַרלעבאַכס סטיל און מיטן דערפֿאָלג פֿון די רעפֿאָרמער תּפֿילות מיט אַ גיטאַר. אַזאַ שיטה האָט אײַנגעפֿירט די באַקאַנטע פֿאַרשטאָרבענע זינגערין דבֿורה פֿרידמאַן. כּדי נישט צו פֿאַרלירן די לעצטע מתפּללים אין די אונטערגייענדיקע שילן, האָבן די קאָנסערוואַטיווער רבנים באַשלאָסן, אַז ס׳איז כּדאַי צו דערלויבן אַזאַ סטיל.

אין „עדת־ישׂראל‟, די גרעסטע קאָנסערוואַטיווע שיל אין וואַשינגטאָן, האָט מען אײַנגעפֿירט דעם חידושדיקן סטיל מיט דרײַ יאָר צוריק. הגם מע האָט דאָרטן שוין אַ סך יאָר באַגלייט שבתדיקע תּפֿילות מיט אַ מוזיקאַלישן אַקאָמפּאַנימענט, האָט מען ביז לעצטנס געשפּילט בלויז די טראַדיציאָנעלע קאַנטאָרישע מוזיק. די ראַבינערטע לאָרען האָלצבלאַט האָט געוואָלט צוציִען מער יונגע־לײַט אין זייערע 20ער און 30ער, דערפֿאַר האָט זי געביטן דעם סטיל אויף אַ קאָלעקטיווער זינגערײַ מיט זמירות, חסידישע ניגונים און קאַרלעבאַכס לידער.

האָלצבלאַט האָט איבערגעגעבן, אַז ווען מע האָט אײַנגעפֿירט דעם נײַעם סטיל ערבֿ יום־כּיפּור, בײַ „כּל־נדרי‟, האָט מען זיך משער געווען, אַז בערך 200 מענטשן וועלן זיך באַווײַזן אין דער שיל. למעשׂה, איז געקומען אַ גרויסער עולם — בערך 600 נפֿשות.

ס׳איז כּדאַי צוצוגעבן, אַז נישט אַלע קאָנסערוואַטיווע ראַבינער זענען צופֿרידן מיט אַזאַ פּראַקטיק. אַ סך פֿון זיי האַלטן, אַז אַחוץ דעם, וואָס מע טאָר נישט שפּילן מוזיק שבת און יום־טובֿ, דאַרף מען עס בכלל נישט טאָן אין דער שיל בײַם דאַוונען צוליב דעם לחורבן־בית־המיקדש. אַ טייל אַנדערע שילן זענען מתּיר בלויז פּויקן אָדער בלויז אַקוסטישע, אָבער נישט עלעקטרישע, מוזיק־מכשירים.