ייִדן אין ענגלאַנד רוקן זיך אויף רעכטס

British Jews Moving to the Right

דער בריטישער פּרעמיער דייוויד קאַמעראָן
Getty Images
דער בריטישער פּרעמיער דייוויד קאַמעראָן

פֿון ייִט״אַ

Published April 12, 2015, issue of May 01, 2015.

בעת די וויילער אין ענגלאַנד גרייטן זיך אויף די פּאַרלאַמענטאַרע וואַלן, וועט אַ גרויסע מאַיאָריטעט פֿון די ייִדן שטימען פֿאַר קאָנסערוואַטיווע קאַנדידאַטן, אויס זאָרג וועגן ישׂראל, גיט איבער אַ נײַע אַנקעטע.

די אַנקעטע, דורכגעפֿירט פֿון דער צײַטונג The Jewish Chronicle, און פּובליקירט דעם 7טן אַפּריל, האָט אַנטדעקט, אַז די ייִדישע וויילער וועלן שטיצן די קאָנסערוואַטיווע פּאַרטיי פֿונעם אַמטירנדיקן פּרעמיער דייוויד קאַמעראָן מיט 56%, בעת בלויז 18% וועלן שטיצן די אַרבעט־פּאַרטיי. 12.5% האָבן נאָך נישט באַשלאָסן, 2% שטיצן די ליבעראַלע דעמאָקראַטן, און 2% — די בריטישע אומאָפּהענגיקייט־פּאַרטיי.

73% פֿון די 566 באַטייליקטע האָבן געזאָגט, אַז די ישׂראל־שטעלונג פֿון דער פּאַרטיי איז געווען אַ וויכטיקער פֿאַקטאָר בײַם איבערצײַגן זיי, פֿאַר וועמען צו שטימען. 61% האָבן געזאָגט, אַז די שטעלונג פֿון די קאָנסערוואַטיווע וואָס שייך ישׂראל און דעם מיטעלן מיזרח, געפֿעלט זיי, און 8% האָבן געזאָגט, אַז די שטעלונג פֿון דער אַרבעט־פּאַרטיי געפֿעלט זיי. במשך פֿון די לעצטע עטלעכע חדשים איז די אַרבעט־פּאַרטיי געווען שטאַרק קריטיש צו ישׂראל.

אַ גרויסע מערהייט פֿון די באַטייליקטע אין דער אַנקעטע האָבן אויך געזאָגט, אַז פּרעמיער קאַמעראָן האָט אַ בעסערע באַציִונג מיט די ייִדן אין ענגלאַנד ווי דער פֿירער פֿון דער אַרבעט־פּאַרטיי, עד מיליבאַנד — 64% קעגן 13% — נישט געקוקט אויף דעם, וואָס מיליבאַנד איז אַליין אַ ייִד.

51% פֿון די באַטייליקטע האָבן געזאָגט, אַז אין די פֿריִערדיקע וואַלן, אין 2010, האָבן זיי געשטיצט די קאָנסערוואַטיווע פּאַרטיי, און 17% — די אַרבעט־פּאַרטיי.