אַיאָ, מאַמע־לשון האָט אַ גראַמאַטיק?

Yiddish Has a Grammar, Doesn’t it?


פֿון הערשל גלעזער

Published April 12, 2015, issue of May 01, 2015.

מיט יאָרן צוריק פֿלעג נאָך אויסקומען צו הערן די מיינונג, אַז ייִדיש האָט נישט קיין גראַמאַטיק; אָדער די נאַיִווע פֿראַגע, צי האָט ייִדיש אַ גראַמאַטיק? נאָך אין 1863 האָט אַלכּסנדר צעדערבוים געשריבן אין „קול מבֿשׂר”, אַז ווײַל ייִדיש האָט נישט קיין גראַמאַטיק, זאָגט מען סײַ „דאָס גלאָז”, סײַ „די גלאָז”; סײַ „דאָס פֿערד”, סײַ „דער פֿערד”. ווי אַזוי זאָל מען פּסקענען וואָס ס’איז ריכטיק? לויט דער עכטער, דײַטשישער שפּראַך… אויך צעדערבוימען קען מען צורעכענען צו די „נאַיִווע”: אין זשורנאַליזם און אין פּאָליטיק איז ער, אַוודאי, געווען אַ געניטער, אָבער אין שפּראַך־וויסנשאַפֿט — נישט, ווײַל צו יענער צײַט איז דאָך ס’מאָדערנע ייִדיש נאָך געלעגן אין די ווינדעלעך.

נו, אַזאַ מין פֿרעגער צי אַרויסזאָגער פֿון אַ מיינונג ווייסט נישט, אַז גראַמאַטיק איז פֿאַראַן, נישט געקוקט דערויף, צי מע האָט זי ערגעץ פֿאַרשריבן, צי נישט; גראַמאטיק באַשטייט אין די כּללים, וואָס לויט זיי רעדט מען אַ לשון. אָן די כּללים וואָלט מען זיך נישט געקענט צונויפֿרעדן. ביזן הײַנטיקן טאָג זענען דאָך פֿאַראַן אויף דער וועלט הונדערטער לשונות, וואָס מע רעדט זיי בלויז, אָבער מע שרײַבט זיי נישט, ווײַל מע האָט נאָך נישט אָנגעשריבן זייער גראַמאַטיק; פֿונדעסטוועגן, האָבן זיי אַ גראַמאַטיק לכל־הדעות.

איז דער אמתן איז צעדערבוימס טענה בשעתּו געגאַנגען אין דעם, פֿאַר וואָס ייִדיש האָט נישט קיין נאָרמירטע גראַמאַטיק, אַזאַ וואָס אַלע רעדערס און שרײַבערס פֿון דער שפּראַך זאָלן האָבן אָנגענומען. נו, פּונקט אין יענער צײַט האָט זיך אָנגעהויבן פֿורעמען אַזאַ הסכּם־כּולם, וואָס מע רופֿט, „נאָרמירטע גראַמאַטיק‟.

אינטערעסאַנטער, מיין איך, איז די מיינונג פֿון בער באָראָכאָוו, דער באַוווּסטער טעאָרעטיקער פֿונעם ציוניזם, אָבער אפֿשר אויך דער ערשטער, וואָס האָט זיך אָנגערופֿן „ייִדישער פֿילאָלאָג”. ער האָט אָנגעוויזן דערויף, אַז ס’זענען פֿאַראַן לשונות מיט אַ קאָמפּליצירטער גראַמאַטיק, אַ שטייגער, ליטוויש, לאַטײַן, רוסיש, וואָס זיי האָבן אַ סך בייגפֿאַלן; מוז מען זיך פֿאַרגעדענקען אָן אַ שיעור ענדונגען. ווינציקער קאָמפּליצירט אין דעם פּרט איז די דײַטשישע גראַמאַטיק, נאָך ווינציקער — די ייִדישע און דער שפּיץ — די ענגלישע, וואָס זי האָט אין גאַנצן נישט קיין בייגפֿאַלן. באָראָכאָוו האָט דאָס געהאַלטן פֿאַר אַ מעלה און זיך נישט געקענט דערוואַרטן אויפֿן טאָג, ווען ייִדיש וועט זײַן אַזוי ווי ענגליש, וועט מען מער נישט זאָגן „דער, די דאָס”, נאָר בלויז „דע”. ער האָט עס נישט דערלעבט, נאָר אפֿשר וועלן מיר עס יאָ דערלעבן, ווײַל בײַ די חסידים, אונטער דער השפּעה פֿון ענגליש און עבֿרית, צעפֿאַלן זיך די דרײַ מינים „דער, די, דאָס”.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.