ייִדישיסטן בײַם צוזאַמענפֿאָר פֿון „דאָס ייִדישע קול פֿאַר שלום‟

Yiddishists at the JVP Conference

יִידישיסטן אויפֿן “ייִדישע קול פֿאַר שלום” (Jewish Voice for Peace) צוזאַמענפֿאָר אין באַלטימאָר, מ״ד. „מיר וואַרטן נישט” איז געווען די לאָזונג פֿונעם צוזאַמענפֿאָר. פֿון רעכטס: חנה רײַנגאָלד, אַניע קויפֿמענטש, רייזע טורנער, חווה מאָראַלעס
יִידישיסטן אויפֿן “ייִדישע קול פֿאַר שלום” (Jewish Voice for Peace) צוזאַמענפֿאָר אין באַלטימאָר, מ״ד. „מיר וואַרטן נישט” איז געווען די לאָזונג פֿונעם צוזאַמענפֿאָר. פֿון רעכטס: חנה רײַנגאָלד, אַניע קויפֿמענטש, רייזע טורנער, חווה מאָראַלעס

פֿון רייזע טורנער

Published April 15, 2015, issue of May 01, 2015.

דעם 13טן—16טן מאַרץ איז מען צונויפֿגעקומען אין באַלטימאָר, מערילאַנד, אויף דער אינטערנאַציאָנאַלער פֿאַרזאַמלונג https://jewishvoiceforpeace.org/content/national-membership-meeting-2015-highlights פֿון דער אָרגאַניזאַציע Jewish Voice for Peace (דאָס ייִדישע קול פֿאַר שלום), אַ לינקע גרופּע, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט דער מיטל-מיזרחדיקער פּאָליטיק. צווישן די אָנטייל-נעמער זענען געווען עטלעכע ייִדישיסטן — אַניע קויפֿמענטש (דווקא איינע פֿון די היגע JVP-טוער אין באַלטימאָר); חווה מאָראַלעס און איך — פֿון באָסטאָן; חנה רײַנגאָלד, וואָס וווינט איצט אין שטאָט ניו-יאָרק, ווי אויך אַ פּאָר אַנדערע ייִדיש-רעדער און ייִדיש־תּלמידים. מיר זענען געקומען גלײַך צום אָנהייב פֿון דער קאָנפֿערענץ, און בײַגעווען אויפֿן קבלת-שבת פֿרײַטיק-צו-נאַכטס. נאָך דעם זענען מיר געזעסן צוזאַמען אויף די סעסיעס במשך פֿון דער סוף-וואָך — און זיך אויסגעביטן מיט קאָמענטאַרן און באַמערקונגען אויף ייִדיש.

אַנדערע האָבן שוין געשריבן וועגן דעם צוזאַמענפֿאָר בכלל //forward.com/articles/217528/embracing-israel-boycott-jewish-voice-for-peace-in/, וויל איך לייגן דעם טראָפּ אויפֿן בײַזײַן פֿון ייִדישיסטן בפֿרט.

איך האָב געפֿרעגט מײַנע מיט־באַטייליקטע וואָס זיי מיינען וועגן דעם שײַכות (סײַ פּאָליטיש סײַ היסטאָריש) צווישן ייִדישיזם און אַ לינק-געשטימטן קוקווינקל אויף מדינת-ישׂראל. אַניע קויפֿמענטש האָט געענטפֿערט זייער מיושבֿדיק: „איך שטאַם פֿון אַ שארית־הפּליטה משפּחה. צוליב דעם פֿאַרשטיי איך, אַז איך אַליין בין אַ לעבעדיקער טייל פֿון דער געשיכטע (און נישט, ווי אַ סך יונגע אַמעריקאַנער האַלטן — אַ דרויסנדיקער, אַ זײַטיקער). דעריבער קלײַב איך אויס מײַן פּאָליטישן וועג באַוווּסטזיניק; ווי באַלד איך שפּיל אַ ראָלע אין דער געשיכטע, וויל איך שפּילן פֿאַר דעם צד פֿון גערעכטיקייט.

„און הײַנט צו טאָג, אין 5775, בין איך מחויבֿ זיך צו באַטייליקן אין JVP און אַנדערע ענלעכע פּראָיעקטן. איך בין נישט קיין ישׂראלדיקע, אָבער די ממשותדיקע מדינת-ישׂראל שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ שטאַפּל אין דער אַלגעמיינער ייִדישער געשיכטע — אַ שטאַפּל, מיט וועלכן איך שטאָלציר נישט. מיר ייִדן זענען שוין געוואָרן נאַציאָנאַליסטן, דאָס הייסט, מיר האָבן זיך אַרײַנגעפּאַסט אינעם פּאָליטישן גערעם פֿון אונדזערע אַמאָליקע שׂונאים אין אייראָפּע. נאָך ערגער: מיר מיינען, אַז מיר שיצן אונדזער אייגן לאַנג ווי אַלע אַנדערע פֿרײַע פֿעלקער, אָבער די גויים האָבן אונדז ווידער אָפּגענאַרט. ווי אין אַמאָליקע צײַטן אין אייראָפּע, דינען מיר ווידער ווי שתּדלנים, וואָס טוען אָפּ ’טובֿהלעך‘ אינעם מיטעלן-מיזרח פֿאַר דער אַמעריקאַנער רעגירונג און אַנדערע גרויסע מאַכטן. דער וואָס מיינט, אַז די גרויסע מאַכטן זאָרגן זיך, אַז ייִדן זאָלן האָבן אַן אייגענע מלוכה, נאַרן זיך אַליין אָפּ. דער פּאָליטישער ייִדישיזם דערמעגלעכט אַ ברייטערן פֿאַרשטאַנד פֿון די פֿאַרבינדונגען צווישן דער הײַנטיקער פּאָליטיק און דער אַמאָליקער ייִדישער געשיכטע אין אייראָפּע. מע חלומט, אַז מדינת-ישׂראל זאָל מיט זיך פֿאָרשטעלן אַ סגולה קעגן דעם אַנטיסעמיטיזם און קעגן דער קריסטלעכער וועלטס-שליטה, אָבער דאָס איז, צום באַדויערן, אַ פֿאַנטאַזיע, — און פֿאַר אַ פֿאַנטאַזיע טאָר מען נישט באַצאָלן אַזאַ הויכן פּרײַז.‟

אַניע און אַנדערע האָבן אויך באַמערקט, אַז עס איז נישט קיין צופֿאַל, אַז אַזוי פֿיל ייִדישיסטן געפֿינען זיך אויף דער קאָנפֿערענץ. נישט וואָס אַלע ייִדישיסטן זענען לינק-געשטימט לגבי ישׂראל — זיכער נישט. אָבער די ייִדן, פֿאַר וועמען מדינת-ישׂראל זעט נישט אויס צו זײַן קיין אויסלייזונג צוליב פֿאַרשיידענע סיבות, זוכן אָפֿט מאָל דורך ייִדיש אַן אַנדער צוטריט צו ייִדישקייט און צו דער ייִדישער געשיכטע און אידענטיטעט. און אויך פֿאַרקערט: די ייִדן וואָס רעדן ייִדיש פֿון דער היים, צי אינטערעסירן זיך מיט ייִדיש, זענען נישט נוטה צו אידעאַליזירן מדינת-ישׂראל, ווײַל זיי האָבן דרך-ארץ פֿאַר דער קולטור און שפּראַך, וואָס דער ציוניזם און דער העברעיִזם האָבן געפּרוּווט ממלא-מקום זײַן. לויט אַניען ווידער: „מדינת-ישׂראל און ציוניזם באַמיִען זיך צו פֿאַרבײַטן מיט זיך די ייִדישע קולטור אינעם 21סטן יאָרהונדערט, אָבער ייִדישיזם דערמאָנט אונדז, אַז די ייִדישע קולטור באָט אָן אויך אַנדערע מעגלעכקייטן.‟

מיר האָבן אויך אַרומגערעדט די מעלות פֿאַר דער JVP-אָרגאַניזאַציע גופֿא פֿון אירע ייִדישיסטישע מיטגלידער. ראשית-כּל, אין מײַן שמועס מיט חווה מאָראַלעס, האָט זי מזכּיר געווען אַ סטערעאָטיפּ וועגן JVPניקעס: אַז מיר ניצן אויס דאָס זײַן “ייִדן” לשם פּאָליטיק, נאָר מיר נעמען ניט ערנסט אָן אונדזער ייִדישקייט לשמה.

מיר ייִדישיסטן אָבער (ווי אויך אַנדערע גרופּעס אין JVP, למשל, דער ראַבינער-ראַט //palestiniantalmud.com/the-jvp-rabbinical-council/ ווײַזן אַרויס אַ קלאָרע ערנסטקייט וועגן ייִדישע ענינים, אַחוץ דער מיטל-מיזרחדיקער פּאָליטיק. והשנית: די מיטגלידער, וואָס ווילן פֿאַרשטאַרקן זייער פֿאַרבינדונג מיט ייִדישקייט (בפֿרט די אַשכּנזישע) קענען מיר אָנבאָטן פֿאַרשיידענע וועגן פֿאָרויס — דורך דער ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור, און בפֿרט דורך דער פּאָליטישער געשיכטע. דריטנס, מיר, וואָס אינטערעסירן זיך מיט דער אַשכּנזישער געשיכטע קענען אויך בײַטראָגן אַ וויכטיקן קוקווינקל אויף פֿאַרשיידענע שמועסן וואָס קומען פֿאָר צווישן די JVP-מיטגלידער.

למשל, מע רעדט וועגן דער ראָלע פֿון ציוניזם און דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט אינעם פֿעסטשטעלן „אַשכּנאָרמאַטיווקייט‟ [//blogs.forward.com/forward-thinking/208473/learning-to-undo-ashkenormativity/]. כאָטש „אַשכּנאָרמאַטיווקייט‟ איז אַ גרויסע צרה סײַ דאָ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, סײַ אין מדינת-ישׂראל, פֿאַרשטייען די יונגע ייִדן, געוויינטלעך, נישט, אַז דאָס פֿאַרגלײַכן ראַסיזם (ווײַסע קעגן אַנדערע) און אַשכּנאָרמאַטיווקייט (אַשכּנזים קעגן אַנדערע מינים ייִדן) איז נישט אין גאַנצן באַרעכטיקט, צוליב סיבות, וואָס ייִדישיסטן פֿאַרשטייען אַליין און קענען דערקלערן (זעט למשל, דאָס וואָס רחל קפֿריסין האָט לעצטנס געשריבן דערוועגן) //rokhl.blogspot.com/2015/04/why-ashkenormativity-isnt-thing.html.

נאָך אַן ענין, מיט וועלכן די ייִדישיסטן קענען העלפֿן: עס איז פֿאַר די JVPניקעס וויכטיק, אַז מיר זאָלן קלאָר באַשרײַבן וואָס עס איז דער אַנטיסעמיטיזם, און וואָס ער איז נישט, כּדי אונטערצושיידן דעם אַנטיסעמיטיזם פֿונעם אַנטיציוניזם. מיר ייִדישיסטן, וואָס אינטערעסירן זיך אין דער אייראָפּעיִשער ייִדישער געשיכטע און טראַכטן זיך טיף אַרײַן דער ייִדישער אידענטיטעט בכלל, און וועגן דער געשיכטע פֿון אַנטיסעמיטיזם בפֿרט (ווי אויך אין דעם „אינערלעכן אַנטיסעמיטיזם‟, וואָס צוליב אים האָט מען אָפּגעוואָרפֿן די ייִדישע שפּראַך און קולטור, סײַ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, סײַ אין מדינת-ישׂראל), קענען העלפֿן צו שאַפֿן אַ קלאָרע דעפֿיניציע פֿונעם אַנטיסעמיטיזם פֿאַר די פּאָליטיש-לינקע.

אויפֿן אַפֿיש לכּבֿוד דעם הײַיאָריקן צוזאַמענפֿאָר שטייט געשריבן אַן אויצוג פֿון אַ ייִדיש ליד!
אויפֿן אַפֿיש לכּבֿוד דעם הײַיאָריקן צוזאַמענפֿאָר שטייט געשריבן אַן אויצוג פֿון אַ ייִדיש ליד!

פֿאַר מיר פּערזענלעך איז דער שענסטער טאָג פֿונעם צוזאַמענפֿאָר געווען דער לעטצער, דער „טאָג פֿון אָנפֿירער.‟ איך בין געזעסן אויף דער זיצונג פֿונעם ראַבינער-ראַט, וואָס האָט מיך זייער באַגײַסטערט צו אַרבעטן מיט זיי ווײַטער. באַזונדער איז געווען אַ גליק זיך צו באַקענען מיטן באַוווּסטן ראַבינער עווערעט גענדלער, וואָס האָט געלערנט אַ שיעור וועגן דעם פּאַציפֿיסטישן רבֿ אַהרן שמואל תּמרת //www.yivoencyclopedia.org/article.aspx/Tamares_Aharon_Shemuel (ער האָט אויך געלערנט דערוועגן בײַ דער ייִדיש-פֿאַרם אין 2012 //yiddish2.forward.com/node/4631/. עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז ר׳ תּמרת האָט געשריבן איין עסיי — זײַן אויטאָביאָגראַפֿיע — אויף ייִדיש, וואָס איז נאָך נישט איבערגעזעצט געוואָרן אויף ענגליש. אַ דאַנק דער באַשערטער באַגעגעניש מיט ר’ גענדלערן, האָב איך באַשלאָסן, אַז איכ׳ל איבערזעצן ר׳ תּמרתעס ייִדישן עסיי פֿאַרן מאַגיסטער-טעזיס, וואָס איך שרײַב דעם זמן.

פֿאַרשטייט זיך, אַז צו זײַן אין באַלטימאָר מוז מען באַזוכן אירע ייִדישיסטן. האָבן מיר זיך געטראָפֿן מיטן „פּריפּעטשיק‟ (אַ גרופּע פֿון ייִדיש-רעדנדיקע קינדער) און זיך געזען מיט אַלטע גוטע פֿרײַנט.

כאָטש דער צוזאַמענפֿאָר אַליין איז געווען זייער שיין און באַגײַסטערנדיק, האָט דאָס זעען זיך מיט אַנדערע ייִדישיסטן — סײַ די, וואָס זענען געקומען אויפֿן צוזאַמענפֿאָר, סײַ די באַלטימאָרער חבֿרה — אַוודאי, אויך געבראַכט פֿיל פֿאַרגעניגן און אינספּיראַציע.