ניט־רעכטצײַטיקע געזעצן אין אוקראַיִנע

Untimely laws in Ukraine

די אַרבעטער צעשטערן דעם סאָוועטישן דענקמאָל לכּבֿוד ניקאָלײַ רודנעוו, כאַרקאָוו, אַפּריל 2015
Getty Images
די אַרבעטער צעשטערן דעם סאָוועטישן דענקמאָל לכּבֿוד ניקאָלײַ רודנעוו, כאַרקאָוו, אַפּריל 2015

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published April 17, 2015, issue of May 15, 2015.

שוין אַ טוץ יאָר וווין איך אין ברוקלין לעבן „קאָרבין פּלייס‟, אַזוי הייסט דאָס אָרט, וווּ עס וווינען, דער עיקר, ייִדן פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. און ווי אַנדערע תּושבֿים פֿון דער געגנט, האָב איך קיין מאָל ניט געטראַכט, ווער דער דאָזיקער מענטש, קאָרבין, איז געווען. ווער פֿאַרטראַכט זיך בכלל וועגן די נעמען פֿון די גאַסן, אויף וועלכע מיר וווינען, סײַדן זיי זײַנען אָנגערופֿן נאָך ברייט באַוווּסטע פּערזענלעכקייטן, געשעענישן וכ’?

אָבער איינער אַ מענטשן האָט מיט אַ יאָר אַכט צוריק אויסגעפֿונען, אַז אָסטין קאָרבין, וואָס האָט סוף 19טן יאָרהונדערט געהאַט אויפֿגעבויט אַ האָטעל און נאָך אַנדערע בנינים אין יענע מקומות, איז געווען אַן אַנטיסעמיט, וואָס איז בפֿרט טרויעריק באַקאַנט געוואָרן צוליב זײַן קלאָץ־קשיא: „אויב אַמעריקע איז אַ פֿרײַע געזעלשאַפֿט, פֿאַר וואָס זשע קען עס ניט זײַן פֿרײַ פֿון ייִדן?‟ האָט זיך פֿון דער אַנטפּלעקונג פֿאַרקאָכט אַ קאַשע אַרום בײַטן דעם נאָמען. גאָר ניט אַלע זײַנען געווען מסכּים מיט אָט דער איניציאַטיוו, מע האָט געטענהט, אַז אין דעם פֿאַל וועט מען מוזן זײַן אויסגעהאַלטן און צוליב פֿאַרשיידענע סיבות משנה־שם זײַן צענדליקער גאַסן אין ברוקלין.

סוף־כּל־סוף, איז מען געקומען צו אַן אײַנפֿאַל: צו בײַטן … און גלײַכצײַטיק ניט צו בײַטן. מע האָט אויסגעזוכט אַ לײַטישע פֿיגור מיט דעם זעלבן פֿאַמיליע־נאָמען, אַזוי אַז איצט איז עס אַן אָרט, וואָס פֿאַראייביקט ניט דעם אַנטיסעמיט, נאָר מאַרגאַרעט קאָרבין, די העראָיִשע פֿרוי אין דער צײַט פֿונעם אַמעריקאַנער בירגערקריג. הקיצור, מען האָט דעם דעליקאַטן ענין אויסגעסדרט אָן אַרײַנצולייגן אין דעם קיין איבעריקע פּרוטה.

איך האָב זיך דערמאָנט וועגן דער דאָזיקער אַלטער מעשׂה, ווען איך האָב איבערגעלייענט, אַז אין אוקראַיִנע קלײַבט מען זיך פּטור צו ווערן פֿון אַלע גאַסן־נעמען, וואָס האָבן אַ שײַכות צו דער קאָמוניסטישער תּקופֿה. מע האָט שוין אונטערגעציילט, אַז די רייד גייט וועגן גאַסן, סקווערן, פּלעצער אין בסך־הכּל 459 שטעט (ווער רעדט שוין וועגן די דערפֿער!), און אין יעדער שטאָט זײַנען דאָ דורכשניטלעך דרײַ צענדליק בולט־קאָמוניסטישע טאָפּאָנימען. למשל, אין מײַן היימשטאָט, זאַפּאָראָזשיע, טראָגט נאָך אַלץ די צענטראַלע גאָס לענינס נאָמען, און אַ קרובֿ מײַנער וווינט אויף דער גאַס, וואָס הייטס גאָר ווילד „דרײַסיק יאָר פֿון סאָוועטן־אוקראַיִנע‟.