די בעסטע שולן אין פֿראַנקרײַך — די ייִדישע

Top French Schools Are Jewish

די תּלמידות פֿון דער ייִדישער שול אין דער פּאַריזער פֿאָרשטאָט סאַרסעל
Serge Attal/FLASH90
די תּלמידות פֿון דער ייִדישער שול אין דער פּאַריזער פֿאָרשטאָט סאַרסעל

פֿון כּנען ליפֿשיץ (ייִט״אַ)

Published April 17, 2015, issue of May 15, 2015.

געוויינטלעך, ווען די פֿראַנצויזישע פּרעסע און טעלעוויזיע דערציילט עפּעס אַ נײַעס וועגן די אָרטיקע ייִדישע שולן, איז עס אַ גוטע בשׂורה. צומאָל, גייט אַ רייד וועגן די קאָנטראָווערסיעס מיט רעגירונג־סובסידיעס, וואָס אַזעלכע אינסטאַנצן טאָרן נישט לכתּחילה קריגן אין אַ לאַנד, וווּ רעליגיע איז שטרענג אָפּגעטיילט פֿון דער מלוכה. אין אַנדערע פֿאַלן, דערציילט מען וועגן די זיכערהייט־ענינים און דער טעראָריסטישער סכּנה. למשל, מיט אַ פּאָר חדשים צוריק האָט די מעדיאַ מיטגעטיילט, אַז דער טעראָריסט, וועלכער האָט דערהרגעט פֿיר ייִדן אין דער פּאַריזער כּשרער קראָם, האָט בײַם אָנהייב פּלאַנירט צו אַטאַקירן אַ ייִדישע שול.

די פֿאַרגאַנגענע וואָך, אָבער, האָט די פּאַריזער טאָג־צײַטונג „לע פּאַריזיען‟ איבערגעגעבן, אַז אינעם יערלעכן פֿאַרמעסט פֿון בערך 4,300 מיטלשולן האָט דאָס ערשטע אָרט געוווּנען די ליובאַוויטשער מיידל־שול „בית־חנה‟. עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז 99 פּראָצענט תּלמידות פֿונעם דאָזיקן חסידישן אַנשטאַלט מאַכן דורך מיט דערפֿאָלג די עקזאַמענען. די פֿאָרשער האָבן אויך גענומען אין באַטראַכט אַ צאָל אַנדערע פֿאַקטאָרן, לויט וועלכע די שול האָט געוווּנען 32 פּונקטן פֿאַר פֿאַרשיידענע מעלות.

אין דער זעלבער צײַט, האָט די פֿראַנצויזישע טעלעוויזיע צונויפֿגעשטעלט אַן אייגענע רשימה פֿון די בעסטע שולן אינעם לאַנד. אויפֿן ערשטן אָרט האָט זיך אַרויסגעוויזן אַן אַנדער ייִדישער בילדונג־אַנשטאַלט: דער ליציי „אַליאַנץ‟ אין דער פּאַריזער פֿאָרשטאָט סען־דעני. די נײַעס האָבן זיך גיך פֿאַרשפּרייט; דעמאָלט האָט די פּרעסע דערמאָנט די לייענער, אַז פֿאַראַיאָרן האָט דער פֿראַנצויזישער שרײַבער פּאַטריק מאָדיאַנאָ, אַ זון פֿון אַ ספֿרדישן ייִד, געוווּנען די נאָבעל־פּרעמיע פֿאַר ליטעראַטור.

אין דער אמתן, זענען די אָפּשאַצונגען פֿון די שולן לאַוו־דווקא קלאָר. אין פֿראַנקרײַך ווערן יעדעס יאָר דורכגעפֿירט לכל־הפּחות זעקס פֿאָרשונגען אינעם דאָזיקן געביט; יעדע פֿאָרש־גרופּע באַנוצט זיך מיט אייגענע קריטעריעס. צום בײַשפּיל, ווערט די ליובאַוויטשער „בית־חנה‟ בכלל נישט דערמאָנט צווישן די 100 בעסטע שולן, וווּ אויבן־אָן שטייט די „אַליאַנץ‟. לויט דער ליסטע פֿון דער צײַטונג „לע פֿיגאַראָ‟, געפֿינט זיך „בית־חנה‟ אויפֿן באַשיידענעם 46סטן אָרט, און דער ליציי „אַליאַנץ‟ — אויפֿן 88סטן. אַ טייל פֿאָרשער נעמען אין באַטראַכט די דורכשניטלעכע צאָל תּלמידים אינעם קלאַס, די לענג פֿון די לימודים, שטודיעס פֿון אויסלענדישע שפּראַכן און אַנדערע ענינים.

פֿונדעסטוועגן, ווײַזן די דערמאָנטע צוויי פֿאַרלאָזלעכע פֿאָרשונגען, אַז די ייִדישע בילדונג־אַנשטאַלטן בליִען נאָך אַלץ אין פֿראַנקרײַך, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס צוליב די טעראָריסטישע אַטאַקן זעען זיי הײַנט אויס ווי מיליטערישע פֿעסטונגען, באַוואַכט דורך דער פּאָליציי און אַרמיי.

דאָמיניק דאַהאַן, די פֿאַרוואַלטערין פֿונעם ליציי „אַליאַנץ‟, האָט איבערגעגעבן, אַז די הויכע אָפּשאַצונג אויף דער פֿראַנצויזישער טעלעוויזיע האָט זי פֿאַרחידושט, הגם איר שול האָט שוין לאַנג אַ גוטע רעפּוטאַציע. בערך 40 פּראָצענט תּלמידים, לויט אירע ווערטער, ווערן דאָקטוירים. זי האָט אָבער באַמערקט, אַז ס׳איז נישט אַזוי גרינג צו קאָמבינירט דעם אַקצענט אויף דער פֿאַרבינדונג מיט ייִדישקייט און אַן אויסגעצייכנטע וועלטלעכע בילדונג־פּראָגראַם. די שול שטרעבט אָפּצוהיטן דעם באַלאַנס צווישן דעם איזאָלירטן מצבֿ פֿון אַ רעליגיעז־געשטימטן אַנשטאַלט און אַזעלכע וועלטלעכע עלעמענטן, ווי עקסקורסיעס אין דער פּאַריזער אָפּערע און אינעם לוּווער־מוזיי.