„וואָל סטריט‟ און די ייִדן

Wall Street and the Jews

Getty Images

פֿון לייזער בורקאָ

Published April 19, 2015, issue of May 15, 2015.

ס’איז אַן איראָניע פֿון דער געשיכטע, אַז דער „פֿאָרווערטס‟ געפֿינט זיך הײַנט צוויי גאַסן פֿון דער באַרימטער „וואָל סטריט‟ אין דרום־מאַנהעטן, דער גרעסטער צענטער פֿונעם וועלט־קאַפּיטאַליזם. איבערן אַרײַנגאַנג צום „פֿאָרווערטס‟־בנין אויף איסט־בראָדוויי, וווּ אונדזער רעדאַקציע האָט זיך געפֿונען ביז אין די 1970ער יאָרן, קען מען נאָך זען אײַנגעקריצט אין מירמלשטיין די פּנימער פֿון די ערשטע גדולים פֿון דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג. וואָס וואָלטן געטראַכט די דאָזיקע העלדן פֿון אַרבעטער־קלאַס, ווען זיי וואָלטן, ווי מיר, זיך געדרייט אויף די זעלביקע גאַסן מיט די גרויסע באַנקירער, שווינדלער, און אָנגעשטאָפּטע גבֿירים?

מיט דער צײַט האָבן אונדזערע סאָציאַליסטן זיך באַרויִקט, זײַנען זיי אַראָפּ פֿון די באַריקאַדן און געוואָרן אַ טייל פֿון דער פּאָליטישער סיסטעם, וואָס זיי האָבן פֿריִער מיט אים באַקעמפֿט. נאָך אין די 1930ער יאָרן האָט דער „פֿאָרווערטס‟ מיט די אַנדערע „רעכטע‟ (ניט־־קאָמוניסטישע) סאָציאַליסטן אָנגעהויבן שטיצן רוּזוועלטן און די דעמאָקראַטן. אין די 1960ער יאָרן האָט ס’רובֿ סאָציאַליסטן אונדזערע שוין געשטיצט די מלחמה אין וויעטנאַם, און די אַנאַרכיטסן זײַנען געווען „פּונקט אַזוי אַנאַרכיסטיש ווי דער ׳ניו־יאָרק טײַמס׳‟ — אַזוי האָט געהאַלטן דער היסטאָריקער פֿון דער ייִדישער אַרבעטער־באַוועגונג אין אַמעריקע, מלך עפּשטיין.

ווען מאַרקס און ענגעלס וואָלטן הײַנט געלעבט, וואָלט מען געזען ווי זיי רייכערן קובאַנער ציגאַרן און טרינקען פּאָרטווײַן, צוזאַמען מיט די גרויסע פֿינאַנץ־לײַט, רעדן מיט זיי וועגן פּאָליטיק, שמעקן אַ ליניע קאָקאַיִן. אַזוי פֿירט זיך, נעבעך… וואָס מיר רעוואָלוציע, ווער מיר רעוואָלוציע — דערלאַנג מיר דאָס פֿלעשל, און וווּ זײַנען די זונות?

נאָר ס׳איז אַ בילבול צו באַשמוצן דעם נאָמען פֿון ערלעכע קאַפּיטאַליסטן, וואָס האָבן מיט זייער נאָוואַטאָרישקייט און אײַנשטעלעניש אויפֿגעבויט אונדזער לאַנד, אַפֿילו געמאַכט, אַז דער מידבר זאָל בליִען (אין קאַליפֿאָרניע, למשל). ווי ס׳האָט געזאָגט פּרעזידענט קולידזש: „די ביזנעס פֿון אַמעריקע איז ביזנעס‟. ס’רובֿ ביזנעס־לײַט האָבן די בעסטע כּוונות, ס׳איז ניט זייער שולד, וואָס זיי זײַנען רײַך. נאָר די פּאָר „פֿאַרפֿוילטע עפּל‟, ווי באַוווּסט, מאַכן אַלץ קאַליע.

די העצע קעגן די רײַכע איז אין אַ גרויסער מאָס אַן אויסגוס פֿון קינאה און אומפֿאַרגינערישקייט מצד מענטשן, וואָס וואָלטן בכּבֿוד־גדול גערייכערט די זעלבע ציגאַרן און געשמעקט דעם זעלבן קאָקאַיִן, ווען מע וואָלט זיי נאָר פֿאַרבעטן אויף דער שׂימחה. מע דאַרף בלויז געדענקען די חבֿרה בײַ דער „אָקופּירט וואָל סטריט‟־באַוועגונג מיט אַ פּאָר יאָר צוריק.