דײַטשלאַנד זוכט קאָמפּענסאַציע פֿאַר חורבן־שווינדל

Germany Seeks Compensation for Holocaust Fraud

דער דײַטשישער פֿינאַנץ־מיניסטער וואָלפֿגאַנג שויבלע (רעכטס) און דער פֿאָרציצער פֿון דער „תּבֿיעות־קאָנפֿערענץ‟, דזשוליוס בערמאַן, שרײַבן אונטער אַ געענדערטן נוסח פֿונעם „לוקסענבורג־אָפּמאַך‟, אין וועלכן מערבֿ־דײַטשלאַנד האָט זיך אונטערגענומען דאָס התחייבֿות פֿאַרן חורבן און פֿאַר באַצאָלן פֿאַרגיטיקונג דער שארית־הפּליטה; דעם 15טן נאָוועמבער 2012 אין בערלין
Getty Images
דער דײַטשישער פֿינאַנץ־מיניסטער וואָלפֿגאַנג שויבלע (רעכטס) און דער פֿאָרציצער פֿון דער „תּבֿיעות־קאָנפֿערענץ‟, דזשוליוס בערמאַן, שרײַבן אונטער אַ געענדערטן נוסח פֿונעם „לוקסענבורג־אָפּמאַך‟, אין וועלכן מערבֿ־דײַטשלאַנד האָט זיך אונטערגענומען דאָס התחייבֿות פֿאַרן חורבן און פֿאַר באַצאָלן פֿאַרגיטיקונג דער שארית־הפּליטה; דעם 15טן נאָוועמבער 2012 אין בערלין

פֿון פּאָל בערגער (Forward)

Published April 21, 2015, issue of May 15, 2015.

זינט די גרעסטע צדקה־אָרגאַניזאַציע פֿאַר דער שארית־הפּליטה האָט אַנטדעקט אַ ריזיקן שווינדל דורכגעפֿירט דורך איר אייגענעם פּערסאָנאַל, האָבן די פֿירער פֿון דער אָרגאַניזאַציע געטענהט, אַז די דײַטשע שטײַער־צאָלער — און נישט די לעבן געבליבענע פֿון חורבן — זאָלן דעקן דעם בלויז.

אָבער אַ בריוו, וואָס דער Forward האָט לעצטנס אַנטדעקט, גיט אָנצוהערן, אַז די פּאָליטיקער פֿונעם דײַטשן פּאַרלאַמענט ווילן, אַז דווקא די „תּבֿיעות־קאָנפֿערענץ‟ זאָל קאָמפּענסירן די 57 מיליאָן דאָלאַר, וואָס זי האָט אָנגעוווירן.

אינעם בריוו פֿון דעצעמבער 2014, האָט מאַטיאַס האַס, פֿונעם דײַטשישן פֿינאַנץ־מיניסטעריום, באַטאָנט, אַז דײַטשלאַנד פֿאָדערט, אַז די „תּבֿיעות־קאָנפֿערענץ‟ זאָל „קאָמפּענסירן דעם פֿינאַנציעלן היזק, צוליב דעם שווינדל‟.

אין דער צײַט, ווען דער בריוו איז אָנגעשריבן געוואָרן, האָט די „תּבֿיעות־קאָנפֿערענץ‟ געהאַלטן בײַם עפֿענען אַ נײַעם פֿאָנד פֿון 175 מיליאָן אייראָ ($186 מיליאָן) לטובֿת מעדיצינישער שטיצע פֿאַר מענטשן, וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן ווי קינדער. די „תּבֿיעות־קאָנפֿערענץ‟ האָט געזאָלט באַזאָרגן 54 מיליאָן אייראָ (57 מיליאָן דאָלאַר), און די דײַטשישע רעגירונג האָט געזאָלט דעקן דאָס איבעריקע.

הילאַרי קעסלער־גאָדין, אַ וואָרטזאָגערין פֿאַר דער „תּבֿיעות־קאָנפֿערענץ‟, האָט באַשטעטיקט, אַז די צדקה־אָרגאַניזאַציע האָט באַקומען דעם בריוו, וווּ עס שטייט, אַז „די 54 מיליאָן אייראָ דאַרף באַצייכנט ווערן ווי אַ פֿינאַנציעלער בײַשטײַער צו דעקן דעם פֿאַרלוסט צוליב דעם שווינדל‟.

קעסלער־גאָרדין האָט אָבער געטענהט, אַז די „תּבֿיעות־קאָנפֿערענץ‟ האָט שוין געזאָגט דער דײַטשער רעגירונג, אַז „די 54 מיליאָן אייראָ איז געווען אַ באַזונדערער בײַשטײַער לטובֿת דעם ׳פֿאָנד פֿאַר די שארית־הפּליטה־קינדער׳.‟