דער „פֿאָרווערטס‟ — 118 יאָר

The Forverts is 118


פֿון באָריס סאַנדלער

Published April 22, 2015, issue of May 15, 2015.

אונדזער „פֿאָרווערטס‟ ציילט די טעג אָפּ זײַן 118טן געבוירן־טאָג. וויפֿל לעבט אַ צײַטונג, בפֿרט אַ ייִדישע צײַטונג? דער ענטפֿער איז: כּל־זמן די לייענערשאַפֿט נייטיקט זיך אין איר. אין אַ היסטאָרישן אַספּעקט האָבן די דורות לייענער פֿון „פֿאָרווערטס‟ איבערגעלעבט שווערע צײַטן: די פּאָגראָמען אין רוסלאַנד און די „גרויסע דעפּרעסיע‟ אין אַמעריקע, די ערשטע וועלט־מלחמה און די פּאָגראָמען אין אוקראַיִנע, די צווייטע וועלט־מלחמה און די מלחמה פֿאַר ישׂראלס אומאָפּהענגיקייט, די מלחמה אין קאָרעע און די מלחמה אין וויעטנאַם, די זעקס־טאָגיקע מלחמה און די יום־כּיפּור־מלחמה, די מלחמה אין אַפֿגאַניסטאַן און אין איראַק, און אויב ס‘איז ווייניק — גייט און באַגלייט אונדז אויף שריט און טריט די מלחמה פֿון וועלט־טעראָריזם…

די פּאַפּירענע זײַטן, באַקרוינט מיטן באַקאַנטן ייִדישן לאָגאָטיפּ „פֿאָרווערטס‟, האָבן געטראָגן דעם לייענער אַ סך האָפֿענונגען, גוטע בשׂורות, עכטע ליטעראַרישע ווערק, באַלערנדיקע ידיעות, דערצויגן אים סײַ אין גײַסט פֿון וועלטלעכן ייִדישיזם און סײַ אין טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט…

וועט איר זאָגן, דאָס איז אַלץ געבליבן אינעם אַמאָל, ווי די ייִדישע אותיות, פֿאַרשטיינערט אויפֿן אַלטן בנין פֿון „פֿאָרווערטס‟; ער שטייט נאָך אַלץ שטאָלץ אויפֿן זעלבן אָרט, אין „לאָוער איסט־סײַד‟, און הערט זיך צו צום כינעזישן לשון אַרום אים… און דער זייגער אויבנאָן ציילט אָפּ די צײַט.

יאָ, דער „פֿאָרווערטס‟ האָט זיך פֿון אָנהייב אָן צוגעהערט צום גאַנג פֿון צײַט. און אויב אונדזערע אָבֿות האָבן געטרוימט, אַז די מיליאָניקע כוואַליע פֿון גרינע ייִדישע אימיגראַנטן פֿון אייראָפּע זאָלן וואָס גיכער אויסגעשטעמפּלט ווערן אין עכטע אַמעריקאַנער, איז אונדזער אויפֿגאַבע הײַנט אָפּצוהיטן און אויפֿצוהאַלטן די קליינע מחנה אָנהענגער פֿון מאַמע־לשון סײַ אין אַמעריקע און סײַ איבער דער וועלט.

אין די לעצטע יאָרן האָט די עלעקטראָנישע צײַטונגוועזן ממשותדיק דערשטיקט די טראַדיציאָנעלע פּאַפּירענע אויסגאַבעס. פֿאַרן הײַנטיקן ייִדישן לייענער האָט די עלעקטראָנישע רעוואָלוציע אַנטפּלעקט פֿאַר ייִדיש ברייטע האָריזאָנטן צום גוטן. דער הײַנטיקער טעגלעכער „פֿאָרווערטס‟ אין זײַן עלעקטראָנישן מלבוש רעדט, קודם־כּל, צום ייִנגערן דור ייִדיש לייענער; צו די, וועלכע פֿאַרשטייען די וויכטיקייט פֿון נאַציאָנאַלער מאָטיוואַציע, צו זײַן גײַסטיק אָנגעקניפּט אין די פֿאַרגאַנגענע דורות — אין זייערע קולטורעלע ווערטן, כּדי צו פֿאַרהיטן זיך ווי אַ פֿולבלוטיקע עדה. דאָס מיינט לחלוטין נישט, זיך אײַנקלאַמערן און זיך האַלטן נאָר אינעם נעכטן, זיך פּאַסמאַקעווען מיט און זיפֿצן נאָכן עבֿר. די געשיכטע פֿון „פֿאָרווערטס‟ איז אונדזער יסוד, אויף וועלכן מיר שפּאַרן זיך אָן צו גיין ווײַטער. דעריבער דראָט נישט דעם דור פֿון הײַנטיקע „פֿאָרווערטס‟־לייענער קיין סכּנה צעשמאָלצן ווערן אין דער שטײַגנדיקער אַסימילאַציע פֿון דעם אַמעריקאַנער ייִדנטום.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.