וועט דער „באַבילאָן 5‟ זיך אומקערן אויפֿן עקראַן?

Babylon 5 to Return in Movie Reboot?

דעלען, די אַמבאַסאַדאָרין פֿונעם פּלאַנעט מינבאַר (רעכטס), מיט דער קאָמאַנדירין סוזען איוואַנאָוואַ אויף דער קאָסמאָס־סטאַנציע „באַבילאָן 5‟
דעלען, די אַמבאַסאַדאָרין פֿונעם פּלאַנעט מינבאַר (רעכטס), מיט דער קאָמאַנדירין סוזען איוואַנאָוואַ אויף דער קאָסמאָס־סטאַנציע „באַבילאָן 5‟

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published April 23, 2015, issue of May 15, 2015.

(די 4 טע זײַט פֿון 4)

די ליבהאָבער פֿונעם „באַבילאָן 5‟ וואָלטן געקאָנט גרינג צוטראַכטן אַפּאָקריפֿישע מעשׂיות אויפֿן סמך פֿון די דאָזיקע ייִדישע לעגענדעס. די פֿריִערדיקע סטאַנציע, „באַבילאָן 4‟, איז אינעם סעריאַל אַוועקגעפֿלויגן מיט דער הילף פֿון אַ צײַט־מאַשין אויף אַ טויזנט יאָר צוריק. מע קאָן צוטראַכטן אַן אַנדער סוזשעט, לויט וועלכן איינע פֿון די פֿריִערדיקע סטאַנציעס האָט זיך באַוויזן, אויף אַן ענלעכן בבֿל, אינעם אוראַלטן בבֿל. אַ צאָל ליבהאָבער פֿונעם סעריאַל האָבן שוין אָנגעשריבן אַ גאַנצע סעריע „קאָנאָנישע‟ המשך־ראָמאַנען, אויפֿן סמך פֿון סטראַזשינסקיס אייגענע נאָטיצן.

הגם אַ סך מענטשן שאַצן אָפּ דעם הומאָר און אינטעלעקטועלן ניוואָ פֿונעם סעריאַל, זעט ער אויס מער ערנסט, קאָמפּליצירט, שׂכלדיק און וויסנשאַפֿטלעך רעאַליסטיש, אין פֿאַרגלײַך מיט ס׳רובֿ אַנדערע פֿאַנטאַסטישע טעלעוויזיע־המשכים. להיפּוך צום פּאַטריאָטישן און אָפּטימיסטישן „סטאַר־טרעק‟, ווערט געוויזן אַ וועלט פֿול מיט סתּירות, אומרויִקייט און חוזק איבער די אַמעריקאַנער פּאָליטישע און סאָציאַלע סטערעאָטיפּן. זײַענדיק אַן אויסגעצייכנטע סחורה פֿאַר אַ ליבהאָבער פֿון גוט־דורכגעטראַכטע געשיכטעס, איז אַזאַ סטיל לאַוו־דווקא אַ מעלה פֿאַרן קאָמערציעלן מאַסן־געברויכער פֿון „זייף־אָפּערעס‟. צום באַדויערן, זענען אַ צאָל סטראַזשינסקיס פֿריִערדיקע המשך־פּראָיעקטן דורכגעפֿאַלן אָדער אַרויסגעקומען קרום צוליב דעם בודזשעט־מאַנגל.