וועט דער „באַבילאָן 5‟ זיך אומקערן אויפֿן עקראַן?

Babylon 5 to Return in Movie Reboot?

דעלען, די אַמבאַסאַדאָרין פֿונעם פּלאַנעט מינבאַר (רעכטס), מיט דער קאָמאַנדירין סוזען איוואַנאָוואַ אויף דער קאָסמאָס־סטאַנציע „באַבילאָן 5‟
דעלען, די אַמבאַסאַדאָרין פֿונעם פּלאַנעט מינבאַר (רעכטס), מיט דער קאָמאַנדירין סוזען איוואַנאָוואַ אויף דער קאָסמאָס־סטאַנציע „באַבילאָן 5‟

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published April 23, 2015, issue of May 15, 2015.

מיט עטלעכע חדשים צוריק, נאָך אַ לאַנג־יאָריקן איבעררײַס, האָט דער רעזשיסאָר מײַקל סטראַזשינסקי געמאָלדן, אַז ער קלײַבט זיך צו שאַפֿן אַ נײַעם המשך־פֿילם אויפֿן סמך פֿונעם באַקאַנטן פֿאַנטאַסטישן טעלעוויזיע־סעריאַל „באַבילאָן 5‟. הײַיאָר, האָפֿט ער צו פֿאַרענדיקן דעם סצענאַר און אין 2016 אָנצוהייבן צו פֿילמירן. די ליבהאָבער פֿונעם סעריאַל באַטראַכטן איצט פֿאַרשיידענע השערות וועגן דעם פּראָיעקט; דער רעזשיסאָר אַליין האָט דערווײַל נישט דערקלערט קיין פּרטים.

נישט לאַנג צוריק, נאָכן טויט פֿונעם אַקטיאָר לענאַרד נימוי, האָבן זיך אין דער פּרעסע באַוויזן אַ ריי אַרטיקלען וועגן דעם ייִדישן תּוכן, וואָס שטעקט, כּלומרשט, אינעם קלאַסישן אַמעריקאַנער פֿאַנטאַסטישן סעריאַל „סטאַר־טרעק‟ („שטערן־נסיעה‟). אין דער אמתן, איז עס אַ שוואַכער בײַשפּיל פֿון „טעלעוויזיע־ייִדישקייט‟. אַ צאָל בפֿירוש ייִדישע עלעמענטן טרעפֿן זיך אָבער כּסדר יאָ אינעם „באַבילאָן 5‟.

אין פֿאַרגלײַך מיטן „סטאַר־טרעק‟, וווּ די צוקונפֿט זעט אויס ווי אַ נצחון פֿונעם אַמעריקאַנער קולטורעלן אימפּעריאַליזם איבער דער גאַנצער גאַלאַקטיק, און וווּ ייִדן ווערן בלויז דערמאָנט פֿון צײַט צו צײַט ברמז אָדער ווי אַ טשיקאַוועס פֿונעם ווײַטן אַמאָל, איז די הויפּט־קאָמאַנדירין פֿון דער קאָסמאָס־סטאַנציע „באַבילאָן 5‟, סוזען איוואַנאָוואַ, וועלכע באַקומט שפּעטער דעם העכסטן ראַנג פֿונעם סטאַנציע־קאַפּיטאַן, דווקא אַ רוסיש־רעדנדיקע ייִדישע פֿרוי, וואָס צינדט אָן חנוכּה־ליכט, זיצט שיבֿעה נאָך איר טאַטן, און באַצירט איר צימער, אויף טשיקאַוועס, מיט אַלטע סאָוועטישע פּלאַקאַטן.

אַן אַלטער פֿרומער חבֿר פֿון איר משפּחה, הרבֿ יוסף קאָזלאָוו, „פֿעטער יאָסל‟, באַווײַזט זיך אויף דער סטאַנציע און פּסקנט, אַז אומבאַקאַנטע פֿליישיקע מאכלים פֿון אַן אַנדער פּלאַנעט מעג מען עסן, ווײַל אין ערגעץ אין דער תּורה שטייט נישט געשריבן, אַז זיי זענען טרייף. די ראָלע פֿונעם רבֿ פֿירט אויס דער באַקאַנטער ייִדישער מוזיקער טעאָדאָר ביקעל. די אַקטריסע קלאַודיאַ קריסטשען, וואָס טרעט אויף ווי די קאָמאַנדירין, איז אַ טאָכטער פֿון אַ קריסטלעכער מאַמען און אַ וועלטלעכן ייִדישן טאַטן.

מײַקל סטראַזשינסקי, דער רעזשיסאָר פֿונעם סעריאַל, האָט איבערגעגעבן, אַז בײַם אָנהייב האָט ער באַטראַכט צו ווײַזן אינעם דערמאָנטן עפּיזאָד אַ גאַנצן הלכה־פּילפּול וועגן דעם פֿרעמד־פּלאַנעטישן פֿיש „טריל‟, אָבער באַשלאָסן, אַז פֿאַרן אַלגעמיינעם ציבור וואָלט אַזאַ דיסקוסיע געקלונגען צו נודנע. אין דער אמתן, האָבן אַ טייל רבנים טאַקע באַטראַכט אַ מעגלעכקייט, אַז אַלע באַשעפֿענישן פֿון אַנדערע פּלאַנעטן קאָנען טאַקע זײַן כּשר, אויב אַפֿילו זיי זעען אויס אינגאַנצן טרייף. אין דער גמרא סנהדרין דערקלערן די חז״ל, אַז אַ טמאנע זאַך קאָן נישט אַראָפּקומען פֿונעם הימל; ממילא, מוזן יענוועלטישע מאכלים זײַן כּשר.

וואָס שייך די ייִדישע אַקטיאָרן, איז אינעם „באַבילאָן 5‟ צום מערסטן באַקאַנט מיראַ פֿורלאַן, אַ ספֿרדישע פֿרוי פֿון זאַגרעב, קראָאַטיע, וועלכע פֿירט אויס איינע פֿון די צעטראַלע שטענדיקע ראָלעס — די אַמבאַסאַדאָרין דעלען פֿונעם פּלאַנעט מינבאַר. פֿורלאַן איז געבוירן געוואָרן אינעם יאָר 1955; אין יענער צײַט, איז זאַגרעב געווען אַ טייל פֿון דער קאָמוניסטישער יוגאָסלאַוויע. צוזאַמען מיט איר מאַן, דער סערבישער רעזשיסאָר גאָראַן גײַיִטש, איז זי אַנטלאָפֿן אינעם יאָר 1991 קיין אַמעריקע, צוליב די אומרוען און בלוטיקע נאַציאָנאַליסטישע מלחמות אין איר זיך־צעפֿאַלנדיקן היימלאַנד. צוליב איר אַקטיווער קענגערשאַפֿט צו דער מלחמה, האָבן די נאַציאָנאַליסטן זי געדראָט אומצוברענגען.

דער שאַפֿער פֿונעם סעריאַל, מײַקל סטראַזשינסקי, איז אַ נישט־ייִדישער אָפּשטאַמלינג פֿון פּוילישע קאַטוילישע אימיגראַנטן. זײַנע באָבע־זיידע האָבן נאָך דער רוסישער רעוואָלוציע פֿאַרלאָזט דעם שטח פֿונעם הײַנטיקן ווײַסרוסלאַנד. הגם דער רעזשיסאָר אַליין איז נישט אַ גלייביקער מענטש, באַציט ער זיך צו רעליגיעזע קולטורן, בפֿרט צו ייִדישקייט, מיט אַ באַזונדערן אינטערעס און דרך־ארץ. אין פֿאַרגלײַך מיטן אַטעיִסטיש געשטימטן „סטאַר־טרעק‟, ווערט אינעם „באַבילאָן 5‟ כּסדר דערמאָנט אַ געוויסע גײַסטיקע פֿילאָסאָפֿיע, לויט וועלכער די מענטשלעכע נשמה איז אַן אַנטפּלעקונג פֿונעם געטלעכן אין־סוף. אַזאַ פֿילאָסאָפֿיע איז באַזונדערס אַנטוויקלט צווישן די תּושבֿים פֿונעם דערמאָנטן פּלאַנעט מינבאַר, און קלינגט צומאָל גאַנץ ענלעך צו קבלה און חסידות; די מינבאַרער גלייבן אויך שטאַרק אין גילגולי־נשמות.

טעאָדאָר ביקעל אין דער ראָלע פֿון הרבֿ יוסף קאָזלאָוו (רעכטס); קלאַודיאַ קריסטשען, אין דער ראָלע פֿון דער קאָמאַנדירין סוזען איוואַנאָוואַ, צינדט אָן חנוכּה־ליכט אויף דער קאָסמאָס־סטאַנציע „באַבילאָן 5‟ (לינקס)
טעאָדאָר ביקעל אין דער ראָלע פֿון הרבֿ יוסף קאָזלאָוו (רעכטס); קלאַודיאַ קריסטשען, אין דער ראָלע פֿון דער קאָמאַנדירין סוזען איוואַנאָוואַ, צינדט אָן חנוכּה־ליכט אויף דער קאָסמאָס־סטאַנציע „באַבילאָן 5‟ (לינקס)

סטראַזשינסקי האָט בפֿירוש געשאַפֿן אַ היפּוך צו דער מאָנאָטאָנישער אַמעריקאַנער העגעמאָניע פֿונעם „סטאַר־טרעק‟. אין זײַן סעריאַל, בליט אויף אונדזער פּלאַנעט אַזאַ געפֿערלעכע קאָרופּציע, אַז די סטאַנציע „באַבילאָן 5‟, געשאַפֿן ווי אַ צווישן־פּלאַנעטישע דיפּלאָמאַטישע און געשעפֿט־מיסיע, אַ מין קאָסמאָס־ווערסיע פֿון דער „יו־ען‟, מוז זיך אָפּטיילן פֿון דער ערד־רעגירונג, און פֿאַראייניקן די פֿרעמד־פּלאַנעטישע ציוויליזאַציעס אין אַ מלחמה קעגן דער ערד.

די ערשטע סעריע איז אַרויס אויפֿן טעלעוויזיע־עקראַן אינעם יאָר 1993. אין דער געשילדערטער צוקונפֿט, האָט די קאַלטע מלחמה זיך נישט פֿאַרענדיקט מיטן נצחון פֿונעם אַמעריקאַנער עקאָנאָמישן מאָדעל. אינעם 23טן יאָרהונדערט קומט אין רוסלאַנד אויף די מעכטיקע נעאָ־קאָמוניסטישע באַוועגונג. פֿון דער צווייטער זײַט, ווערן די אַמעריקאַנער טעלעפּאַטן, וואָס זענען מסוגל צו לייענען די מחשבֿות בײַ אַנדערע מענטשן, זײַענדיק קרבנות פֿון פֿאַשיסטישע רדיפֿות, ווערן אַליין פֿאַרוואַנדלט אין אַ בפֿירוש פֿאַשיסטישן פּאָליטישן כּוח.

די פּאָליטישע אידעאָלאָגיעס ווערן אינעם סעריאַל נישט געשילדערט מיט שוואַרץ־ווײַסע קאָלירן. די בפֿירושע קעגנערשאַפֿט צו קאָלאָניאַליזם און אומצוטרוי צו אימפּערישע רעגירונגען איז איינער פֿון די הויפּט־מאָטיוון. אַפֿילו די ערגסטע „באַרבאַרן‟ זענען נישט קיין שלעכטע, הגם זיי באַגייען צומאָל טעראָר־אַקטן און אַנדערע עקלדיקע מעשׂים צוליב פֿאַרשטענדלעכע כּוונות. פֿון דער צווייטער זײַט, איז אַפֿילו די סאַמע אַנטוויקלטע סיסטעם נישט אויטאָמאַטיש באַשיצט פֿון גענאָציד און דיקטאַטור.

ס׳איז כּדאַי צוצוגעבן אַ טשיקאַוון אומדערוואַרטן מאָמענט וועגן דעם סעריאַל. די קאָסמאָס־סטאַנציע טראָגט דעם נאָמען „באַבילאָן‟ נאָכן תּנ״כישן מגדל־בבֿל. להיפּוך צו די בויער פֿונעם לעגענדאַרן טורעם, וועלכע זענען צעשפּרייט געוואָרן איבער דער וועלט צוליב זייערע שלעכטע מעשׂים, און האָבן מער נישט געקאָנט זיך צונויפֿרעדן, האָט זיך דעם קאָסמישן „פֿינפֿטן בבֿל‟ אײַנגעגעבן צו פֿאַראייניקן די תּושבֿים פֿון פֿאַרשיידענע וועלטן, וואָס האָבן במשך פֿון הונדערטער יאָר זיך רוצחיש געקריגט.

ס׳איז טשיקאַווע, אַז אין אַ צאָל באַקאַנטע ספֿרים ווערט דער תּנ״כישער מגדל־בבֿל בפֿירוש באַטראַכט ווי אַ קאָסמאָס־שיף. רבי יהונתן אייבעשיץ, דער באַרימטער קלאַסישער תּורה־מפֿרש און מקובל, וועלכער האָט געוווינט אינעם 18טן יאָרהונדערט אין פּראָג און שפּעטער געדינט ווי אַ רבֿ אין דײַטשלאַנד, האָט ערנסט געגלייבט, אַז די בבֿלים האָבן געוואָלט זיך ראַטעווען פֿון אַ נײַעם מעגלעכן מבול אויף דער לבֿנה.

דער הויכער טורעם וואָלט געדינט, ווי אייבעשיץ דערקלערט אין זײַן באַקאַנטן ספֿר „תּפֿראת־יהונתן‟, ווי אַ קאָסמאָדראָם, פֿון וועלכן מע וואָלט געקאָנט זיך דערקלײַבן ביזן הימל אויף אַ ראַקעט. אינעם ספֿר ווערט גענוג רעאַליסטיש באַשריבן אַ קאָסמאָס-אַפּאַראַט; דעם מחברס טעאָריע שטעלט מיט זיך פֿאָר גאָר אַן אינטערעסאַנטן פֿריִיִקן מוסטער פֿון וויסנשאַפֿטלעכער פֿאַנטאַסטיק. די עצם־לעגענדע, לויט וועלכער דער מגדל־בבֿל האָט געקאָנט פֿליִען, און איז געווען באַשטעטיקט מיט כּמו־פֿאַנטאַסטישע כּישוף־טעכנאָלאָגיעס, איז אָבער אַ סך עלטער און טרעפֿט זיך בײַ אַ צאָל מיטל־עלטערלעכע מחברים, אַרײַנגערעכנט הרבֿ מנחם ציוני, אַן איטאַליענישער מקובל פֿונעם 15טן יאָרהונדערט.

די ליבהאָבער פֿונעם „באַבילאָן 5‟ וואָלטן געקאָנט גרינג צוטראַכטן אַפּאָקריפֿישע מעשׂיות אויפֿן סמך פֿון די דאָזיקע ייִדישע לעגענדעס. די פֿריִערדיקע סטאַנציע, „באַבילאָן 4‟, איז אינעם סעריאַל אַוועקגעפֿלויגן מיט דער הילף פֿון אַ צײַט־מאַשין אויף אַ טויזנט יאָר צוריק. מע קאָן צוטראַכטן אַן אַנדער סוזשעט, לויט וועלכן איינע פֿון די פֿריִערדיקע סטאַנציעס האָט זיך באַוויזן, אויף אַן ענלעכן בבֿל, אינעם אוראַלטן בבֿל. אַ צאָל ליבהאָבער פֿונעם סעריאַל האָבן שוין אָנגעשריבן אַ גאַנצע סעריע „קאָנאָנישע‟ המשך־ראָמאַנען, אויפֿן סמך פֿון סטראַזשינסקיס אייגענע נאָטיצן.

הגם אַ סך מענטשן שאַצן אָפּ דעם הומאָר און אינטעלעקטועלן ניוואָ פֿונעם סעריאַל, זעט ער אויס מער ערנסט, קאָמפּליצירט, שׂכלדיק און וויסנשאַפֿטלעך רעאַליסטיש, אין פֿאַרגלײַך מיט ס׳רובֿ אַנדערע פֿאַנטאַסטישע טעלעוויזיע־המשכים. להיפּוך צום פּאַטריאָטישן און אָפּטימיסטישן „סטאַר־טרעק‟, ווערט געוויזן אַ וועלט פֿול מיט סתּירות, אומרויִקייט און חוזק איבער די אַמעריקאַנער פּאָליטישע און סאָציאַלע סטערעאָטיפּן. זײַענדיק אַן אויסגעצייכנטע סחורה פֿאַר אַ ליבהאָבער פֿון גוט־דורכגעטראַכטע געשיכטעס, איז אַזאַ סטיל לאַוו־דווקא אַ מעלה פֿאַרן קאָמערציעלן מאַסן־געברויכער פֿון „זייף־אָפּערעס‟. צום באַדויערן, זענען אַ צאָל סטראַזשינסקיס פֿריִערדיקע המשך־פּראָיעקטן דורכגעפֿאַלן אָדער אַרויסגעקומען קרום צוליב דעם בודזשעט־מאַנגל.