ייִדיש איבער דער וועלט

Yiddish Around the World

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published April 23, 2015, issue of May 15, 2015.

„מאַכן צו לאַכן סטאַלינען‟ פֿונעם „ניו־ייִדיש־רעפּ‟

דער „נײַער ייִדישער רעפּערטואַר טעאַטער‟ האָט לעצטנס אַנאָנסירט, אַז ער גייט אויפֿפֿירן אַ דרײַשפּראַכיקן נוסח פֿון דוד שנײַדערס פּיעסע „מאַכן צו לאַכן סטאַלינען‟, וואָס גיט איבער די געשיכטע פֿונעם סאָוועטישן ייִדישן מלוכה־טעאַטער „גאָסעט‟. די פֿאָרשטעלונג, אויף ייִדיש, רוסיש, ענגליש און אַ ביסל דײַטש, וועט זײַן די אַמעריקאַנער פּרעמיערע פֿון דער שפּיל, וואָס מע האָט פֿריִער פֿאָרגעשטעלט אין לאָנדאָן אויף ענגליש.

אין דער פֿאָרשטעלונג וועלן שפּילן דער ישׂראלדיקער אַקטיאָר געראַ סאַנדלער און די אַקטריסע יעלענאַ שמואלסאָן אונטערן רעזשי פֿון אַלען ריקמאַן. די שפּיל וועט פֿאָרגעשטעלט ווערן בלויז צוויי מאָל: זונטיק, דעם 17טן מײַ און מאָנטיק, דעם 18טן מײַ. ביידע פֿאָרשטעלונגען קומען פֿאָר 7 אַזייגער אין אָוונט אינעם „טעאַטער 80‟ אויף „סיינט־מאַרקס פּלייס‟ אין מאַנהעטן. די בילעטן קאָסטן $25 דאָלאַר. נאָך אינפֿאָרמאַציע: //www.newyiddishrep.org/

קאָנצערט פֿון ייִדישע טעאַטער־לידער אין „יעיל‟

זונטיק, דעם 26סטן אַפּריל וועלן סטודענטן פֿון „יעיל‟־אוניווערסיטעט פֿאָרשטעלן אַ קאָנצערט פֿון לידער פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן טעאַטער. דער קלאַרנעט־שפּילער וויני אָנעפּאָ און דער פּיאַניסט דזשיי גיטלין וועלן באַגלייטן די זינגער. פֿאַרן קאָנצערט, וואָס פֿײַערט דעם 25סטן יוביליי פֿון דער „יוסף און ראַזאַלין ניומאַן ייִדיש־קאָלעקציע‟ בײַ דער דאָרטיקער ביבליאָטעק, וועלן רעפֿערירן פּראָפֿעסאָר מאַרק סלאָבין און דער ביבליאָטעקער מײַקל אָקס. ד״ר סלאָבין וועט רעדן אויף דער טעמע „די ייִדישע מוזיק אויף פּאַפּיר אין דער טענעמענט־תּקופֿה‟ און ד״ר מײַקל אָקס — וועגן יוסף רומשינקסיס אָפּערעטע „די גאָלדענע כּלה‟.

די פּראָגראַם הייבט זיך אָן 4 אַזייגער נאָכמיטאָג בײַם „יוסף סליפֿקאַ־צענטער פֿאַרן ייִדישן לעבן‟ (80 וואַל־גאַס אין ניו־הייווין, קאָנעטיקאָט). נאָך אינפֿאָרמאַציע: 1810—432—203.

די פּאָעטעסע אײַדע מײַזע
די פּאָעטעסע אײַדע מײַזע

אָוונט לכּבֿוד איידע מייזע אין באָסטאָן

דינסטיק, דעם 28סטן אַפּריל אָרדנט אײַן דער „ייִדישער ביכער־צענטער‟, צוזאַמען מיט דער „ווילנער שיל‟ אַן אָוונט לכּבֿוד דער פּאָעטעסע איידע מייזע. אינעם אָוונט וועט מען ווײַזן אַ קורצן פֿילם וועגן מייזעס לעבן און שאַפֿן, וואָס מע האָט צוזאַמענגעשטעלט אויפֿן סמך פֿון אַן אינטערוויו מיט איר זון, אירווינג מייזע. ד׳׳ר מייזע וועט רעדן און ענטפֿערן אויף פֿראַגעס פֿונעם עולם, נאָך דעם וואָס מע ווײַזט דעם פֿילם.

די פּראָגראַם הייבט זיך אָן 7 אַזייגער אין אָוונט אין דער „ווילנער שיל‟ (18 פֿיליפּס גאַס אין באָסטאָן). דער אײַנטריט איז פֿרײַ פֿון אָפּצאָל, אָבער מע דאַרף רעזערווירן אַן אָרט פֿון פֿריִער. שרײַבט tellyourstory@bikher.org.