רעקאָנסטרוקציאָניסטישע ראַבינער פֿון געמישטע פּאָרפֿעלקער?

Reconstructionists Consider Dropping Ban on Intermarried Rabbis

מלכּה פּעקער (אינעם צענטער) ווערט אַ ראַבינערטע אינעם רעקאָסטרוקציאָניסטישן „רבנישן קאָלעדזש‟, אין 2014
Courtesy of RRC/Jewish Reconstructionist Communities
מלכּה פּעקער (אינעם צענטער) ווערט אַ ראַבינערטע אינעם רעקאָסטרוקציאָניסטישן „רבנישן קאָלעדזש‟, אין 2014

פֿון אוריאל היילמאַן (ייִט״אַ)

Published April 24, 2015, issue of May 15, 2015.

ביז איצט, האָט די רעקאָסטרוקציאָניסטישע באַוועגונג נישט געלאָזט אין אירע בילדונג־איסטוטוציעס פֿאַר ראַבינער מענער אָדער פֿרויען פֿון געמישטע פּאָרפֿעלקער. הײַנט באַטראַכט די באַוועגונג, צי ס׳איז כּדאַי אָפּצושאַפֿן די דאָזיקע באַגרענעצונג. אויב מע וועט טאַקע בײַטן דעם דאָזיקן כּלל, וועלן די רעקאָנסטרוקציאָניסטן ווערן די ערשטע צווישן די גרויסע ייִדישע דענאָמינאַציעס אין די אַמעריקע, וווּ די ראַבינער מעגן חתונה האָבן נישט נאָר מיט ייִדן.

די שטיצער פֿון דער ענדערונג טענהן, אַז אין דער איסור פֿון געמישטע חתונות איז אין די הײַנטיקע צײַטן פֿאַרעלטערט געוואָרן. די ייִדישע אידענטיפֿיקאַציע און דאָס שײַכות צו דער קהילה האָט הײַנט ווייניק צו טאָן מיט געמישטע חתונות. דערצו, האָט די רעקאָסטרוקציאָניסטישע באַוועגונג פֿון אָנהייב אָן געשטיצט אָפֿנקייט און גלײַכקייט. אינעם יאָר 1985, זענען די רעקאָנסטרוקציאָניסטן געוואָרן די ערשטע ייִדישע רעליגיעזע גרופּע, וואָס האָט אָנגענומען בפֿירוש האָמאָסעקסועלע ראַבינער. די ערשטע רעקאָסטרוקציאָניסטישע ראַבינערטע האָט זיך באַוויזן אין 1974 — מיט צוויי יאָר פֿאַר די רעפֿאָרמיסטן. מיט אַ יאָר צוריק, איז צום ערשטן אַ לעסביאַנער פֿרוי, דבֿורה וואַקסמאַן, געוואָרן די אָנפֿירערין פֿונעם רעקאָסטרוקציאָניסטישן „רבנישן קאָלעדזש‟.

דוג חפֿץ, דער ראַבינער פֿון דער רעקאָסטרוקציאָניסטישער סינאַגאָגע „עושׂה שלום‟ אין לאָרעל, מערילענד, האָט דערקלערט דער ייִט״אַ, אַז ס׳איז געקומען די צײַט אָנצונעמען ייִדן פֿון געמישטע פּאָרפֿעלקער ווי געוויינטלעכע ערשט־קלאַסיקע קהילה־מיטגלידער. די ייִדישע ציוויליזאַציע עוואָלוציאָנירט הײַנט אויף נײַע אופֿנים, און דער דעמאָגראַפֿישער מצבֿ האָט זיך היפּש געביטן במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט. לכל־הפּחות, מוז די ראַבינער פֿאַרשטיין, אַז די געמישטע משפּחות זענען אַ לעבנס־פֿאַקט, וואָס מע מוז באַטראַכטן און האָבן אין זינען.

אַן אַנדער ראַבינער, ראָן אײַגען פֿון דער מאָנטרעאָלער סינאַגאָגע „דורשי אמת‟, איז אָבער נישט מסכּים מיט אַזאַ לאָגיק. ער האַלט, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט די האָמאָסעקסועלע פּאָרפֿעלקער פֿון צוויי ייִדן, רײַסן די געמישטע חתונות אונטער די שטרעבונג פֿון דער רעקאָסטרוקציאָניסטישער באַוועגונג אָפּצוהיטן אין איר קהילה אַ שטאַרקע איבערגעגעבנקייט צו ייִדישקייט. לעסטער בראָנשטיין, דער ראַבינער פֿון „בית עם שלום‟ אין ווײַט־פּליינס, ניו־יאָרק, האָט ברייט פֿאַרשפּרייט אַ קריטישן בריוו, וווּ ער טענהט, אַז אויב מע וועט מבֿטל זײַן דעם חילוק צווישן ריין־ייִדישע און געמישטע משפּחות, וועט זײַן סינאַגאָגע מוזן זיך אָפּטיילן פֿון דער באַוועגונג. לויט זײַן מיינונג, קאָן אַזאַ בײַט ווערן אַ קלאַפּ אויף דער עצם־דעפֿיניציע פֿון אַ ייִדישער קהילה.

פֿון דער צווייטער זײַט, זאָרגן זיך אַ ריי ראַבינער וועגן דעם שוואַכן מצבֿ פֿון די רעקאָסטרוקציאָניסטישע בילדונג־אינסטיטוציעס. פֿאַראַיאָרן, זענען פֿונעם „רבנישן קאָלעדזש‟ אַרויס בלויז זעקס נײַע ראַבינער. אין די קאָנסערוואַטיווער און רעפֿאָרמער רבנישע סעמינאַרן איז דער מצבֿ אויך ווײַט פֿון פֿויגלדיק. אויב מע וועט נישט אַרײַנלאָזן ייִדן פֿון געמישטע פּאָרפֿעלקער, קאָן די גאַנצע אינסטיטוציע בכלל בטל ווערן.

וואַקסמאַן, די דערמאָנטע מנהיגטע פֿונעם „רבנישן קאָלעדזש‟, האָט באַטאָנט, אַז ייִדן זענען אַ רעליגיעזע גרופּע, וואָס רעפּרעזענטירט אַ געוויסע גײַסטיקע טראַדיציע, און נישט אַ ביאָלאָגיש פֿאָלק, וואָס טאָר זיך נישט מישן מיט די אַנדערע. אַדרבה, ייִדן מיט נישט־ייִדישע מענער און ווײַבער קאָנען אַרײַנברענגען נײַע כּוחות אין דער באַוועגונג.

אַזוי צי אַזוי, זענען די רעקאָסטרוקציאָניסטישע קהילות שוין פֿול מיט געמישטע פּאָרפֿעלקער, אַרײַנגערעכנט אַ צאָל גײַסטיקע מנהיגים, וועלכע האָבן חתונה געהאַט מיט נישט־ייִדן, ווען זיי זענען שוין געווען ראַבינער. די ראַבינערטע מיכל וואָלף האָט אינעם יאָר 2013 פֿאַרעפֿנטלעכט אַ בוך וועגן איר לעבן מיט אַ ערנסט גלייביקן קאַטויליקער. למעשׂה, גייט הײַנט בלויז אַ רייד, צי מע זאָל לכתּחילה אָננעמען צוקונפֿטיקע קהילה־פֿירער פֿון אַזעלכע משפּחות.