ייִדישע גרופּעס קעגן דער בערלינער פּאַלעסטינער קאָנפֿערענץ

Jewish Groups To Protest Pro-Palestinian Gathering in Berlin

די „בערלינער אַרענע‟
Wiki Commons
די „בערלינער אַרענע‟

פֿון ייִט״אַ

Published April 24, 2015, issue of May 15, 2015.

אַ צאָל ייִדישע און פּראָ־ישׂראלדיקע גרופּעס פּלאַנירן אַ בשותּפֿותדיקן פּראָטעסט קעגן אַ פּראָ־פּאַלעסטינער אונטערנעמונג אין בערלין; די קענגער זענען חושד, אַז זי איז פֿאַרבונדן מיט „כאַמאַס‟, „כעזבאָלאַ‟ און איראַן.

דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער זענען אין דער דײַטשישער הויפּטשטאָט פֿאָרגעקומען אַ ריי פּראָטעסטן, אין וועלכע עס האָבן זיך באַטייליקט אַגרעסיווע אַנטיסעמיטישע עלעמענטן. שבת, דעם 25סטן אַפּריל, וועט אויף דער „בערלינער אַרענע‟ פֿאָרקומען די 13טע יערלעכע אייראָפּעיִשע פּאַלעסטינער קאָפֿערענץ, אָרגאַניזירט דורך די אָרטיקע פּאַלעסטינער, בשותּפֿות מיטן בריטישן „פּאַלעסטינער אומקער־צענטער‟. מע איז זיך משער, אַז אויף דער אונטערנעמונג וועלן זיך פֿאַרזאַמלען מער ווי 3,000 מענטשן.

דעם 25סטן אַפּריל וועט אינעם צענטראַלן טייל פֿון בערלין אויך פֿאָרקומען אַן אַנדער דעמאָנסטראַציע, לטובֿת די פּאַלעסטינער אַרעסטאַנטן. די אָרגאַניזאַטאָרן האָבן רעגיסטרירט נאָך 3,000 באַטייליקטע.

די קאָאַליציע מיטן נאָמען „בערלין קעגן ׳כאַמאַס׳‟, קלײַבט זיך דורכצופֿירן דעם זעלבן טאָג אַ דעמאָסטראַציע לעבן דער אַרענע. פּאָליטיקער פֿון אַלע דײַטשישע פּאַרטייען, וואָס זענען רעפּרעזענטירט אין דער רעגירונג, האָבן געשטיצט דעם פּראָטעסט, צוזאַמען מיטן בערלינער ביוראָ פֿונעם „אַמעריקאַנער ייִדישן קאָמיטעט‟. דער בערלינער דעפּאַרטאַמענט פֿאַרן פֿאַרטיידיקן די קאָנסטיטוציאָנעלע רעכט גלייבט, אַז די יערלעכע פּאַלעסטינער קאָנפֿערענץ איז געוואָרן די וויכטיקסטע אונטערנעמונג פֿון די אָרטיקע „כאַמאַס‟־שטיצער.

דערדרע בערגער, די דירעקטאָרין בײַם בערלינער צווײַג פֿונעם „אַמעריקאַנער ייִדישן קאָמיטעט‟, האָט באַמערקט, אַז אויב מע קאָן נישט אָפּשטעלן די קאָנפֿערענץ דורך פּאָליטישע און געזעצלעכע מיטלען, מוזן די קענגער אַרויסווײַזן זייער פּאָזיציע אויף דער גאַס. סעבאַסטיאַן מאָר, דער וואָרטזאָגער פֿון דער קאָאַליציע, האָט באַדאַנקט די פּאָליטיקער און אָרגאַניזאַציעס פֿאַר זייער שטיצע, און געטענהט, אַז די טעראָריסטן פֿון „כאַמאַס‟ פֿאַרשפּרייטן אויף דער קאָנפֿערענץ שׂינאה לגבי די ייִדן. וואָלקער בעק, אַ דעפּוטאַט פֿון דער דײַטשישער „גרינער פּאַרטיי‟ און אַן אַקטיווער פּראָ־ישׂראלדיקער טוער, האָט באַטאָנט, אַז אַנשטאָט צו פֿאַרטיידיקן שלום אויפֿן מיטל־מיזרח און די זיכערהייט פֿון די פּאַלעסטינער, באַווײַזן זיך אויף דער יערלעכער אונטערנעמונג געוויסע פּאַרשוינען, וואָס פֿאַרטיידיקן און אַפֿילו לויבן די טעראָריסטן.

פֿון דער צווייטער זײַט, האָט יאַנאַ זײַפֿערט, די פֿאַרוואַלטונג־דירעקטאָרין פֿון דער „בערלינער אַרענע‟, דערקלערט די זשורנאַליסטן, אַז די דײַטשישע רעגירונג האָט שוין דורכגעפֿירט אַן אויספֿאָרשונג און נישט געפֿונען וועלכע־ניט־איז פֿאַרבינדונגען צווישן די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער פּאַלעסטינער קאָנפֿערענץ און „כאַמאַס‟. זי האָט אָבער באַמערקט, אַז די אַדמיניסטראַציע פֿונעם סטאַדיאָן האָט געפֿאָדערט בײַ די אָרגאַניזאַטאָרן נישט אַרויסצוזאָגן קיין אומלעגאַלע ווערטער, אַרײַנגערעכנט אויפֿרופֿן צו גוואַלד־אַקציעס אָדער העסלעכע אויסדרוקן. העצע קעגן געוויסע רעליגיעזע, עטנישע צי סעקסועלע גרופּעס איז פֿאַרבאָטן, לויט די דײַטשישע געזעצן.

עקסטרעמע אויסדרוקן קעגן ישׂראל קאָנען אויך זײַן אומגעזעצלעך. נישט לאַנג צוריק, האָט אַ געריכט אין דער דײַטשישער שטאָט עסען באַשולדיקט אין אַנטיסעמיטיזם אַ פּאַרשוין, וועלכער האָט אויפֿגערופֿן צום „טויט און שׂינאה צו די ציוניסטן‟.