הילאַרי מאַכט ווידער אַ פּרוּוו

Hillary Takes a Second Shot


פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published April 24, 2015, issue of May 15, 2015.

פֿרויען ווייסן גאַנץ גוט ווי שווער עס איז פֿאַרן ווײַבערישן מין צו קאָנקורירן מיט דער מענערישער וועלט, אַרײַנצוקריגן זיך אין זייערע דלותּ אַמות, און אין צווישן אָנווערן זיך אַליין. לאָמיר אָנהייבן מיט די „סאַפֿראָדזשעטן‟־פֿרויען, וועלכע האָבן גענומען פֿאָדערן שטים־רעכט אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט. זיי זײַנען באַשטאַנען פֿון געבילדעטע און באַוווּסטזיניקע פֿרויען, וועלכע האָבן אײַנגעזען, אַז ס’טויג נישט ווען עס קומט צו גלײַכע רעכט, וואָס בלויז מענער זײַנען דערצו זוכה געווען.

קודם, האָבן זיי אויפֿגערודערט ענגלאַנד, דעם פּאַרלאַמענט, דאָס קעניגלעכע הויז, די פּאָליטיקער. די מענער־ראַסע האָט פּראָטעסטירט, און דאָס פֿאָלק האָט נישט געוווּסט ווער ס’האָט זיי דעם קאָפּ געמאַכט. די פֿרויען האָבן אויפֿגעריסן הײַזער פֿון פּאָליטיקער, געגאַנגען זיצן אין דער חד־גדיא, אַפֿילו אָנגעקומען צו טשערטשילן, אָבער קיינער, קיינער פֿון די מענער האָט נישט אײַנגעשטימט צו געבן פֿרויען די וואַל־רעכט. דער מענערישער מין האָט זיך געהאַלטן שטאָל און אײַזן אין דער פּרימיטיווער, אַלטערטימלעכער זאַבאָבאָנע, אַז פֿרויען זײַנען אַ נידעריקערע ראַסע, און זיי טויגן זיך בלויז אויס אין קיך, בײַם קינדלען, כאָווען קינדער, אָבער נישט אין פּאָליטיק.

ערשט אין אָנהייב 1920ער יאָרן האָט מען באַוויליקט אין אַמעריקע פֿרויען צו שטימען. האָט עס גענומען, הייסט עס, כּמעט הונדערט יאָר ביז אַ פֿרוי אין אַמעריקע, אַ פֿרוי ווי הילאַרי ראַדאָם־קלינטאָן, האָט זיך דערוועגט זיך צוצושטעלן מיט איר קאַנדידאַטור צו די קומענדיקע וואַלן, וואָס וועלן ערשט פֿאָרקומען אין 2016.

קודם, איז אַמעריקע אויף אַזוי פֿיל אָפּגעשטאַנען, אַז דער געדאַנק אַליין צו האָבן אַ פּרעזידענטקע, אַ פֿרוי, איז ממש הימל עפֿן זיך, ווען אינדיע האָט שוין געהאַט אינדיראַ גאַנדי; ענגלאַנד — מאַרגאַרעט טעטשער, מדינת־ישׂראל — גאָלדע מאיר. אויף גאָלדען האָט מען טאַקע אַמאָל געזאָגט, אַז זי איז געווען דער איינציקער מאַנספּאַרשוין אין דער כּנסת. קיינעם איז דעמאָלט נישט אײַנגעפֿאַלן צו דרייען מיט דער נאָז; פֿאַרקערט, מען האָט אָפּגעשאַצט גאָלדעס „שולחן־ערוך‟, (אַגבֿ, זי האָט געפֿירט איר פּאָליטיק אין קיך), איר חריפֿות און איר פּאָליטישן פֿאַרנעם.

איך בין הילאַרין לגמרי נישט מקנא, ווײַל אויב דאָס מאָל געווינט זי, וועט זי ירשענען אַ צעיושעטן מיטעלן מיזרח, אַרומגערינגלט מיט מענער דעספּאָטן, סאַדיסטן, טיראַנען, וואָס געהערן צו דער שטיינער־עפּאָכע, ווילדע פֿעלקער, וואָס הרגענען זיך אויס איינער דעם צווייטן ווי די פֿליגן אויף פֿליגן־פּאַפּיר, און דראָען די שכנישע פֿעלקער מיט אויסראָטונג, קעפּ־האַקער; מענער, וואָס פֿאַרשלעפּן הונדערטער מיידלעך און קיינער ווייסט נישט וווּ זייער געביין איז אַהינגעקומען; אַ וועלט, וווּ רעליגיעזע אונטערשיידן פֿירן צו פֿאַרטיליקונג, ווער רעדט שוין פֿון אַ שטילשטאַנד.

הילאַרי וועט מוזן קאָנקורירן מיט דער ברוטאַלער מענערישער וועלט און זיך אַליין פֿאַרוואַנדלען אין אַ מאַנספּאַרשוין אויף צו קעמפֿן און אפֿשר באַקעמפֿן די פּאָליטישע גוואַרדיעס, געצילט קעגן איר. עד־כּאן, ביז אַהער שטייט זי נאָך נישט אונטער דער חופּה, אַזוי אַז ס’איז נאָך געבליבן אַ געוויסער צײַט־אָפּשניט ביז זי וועט קענען צוקומען צום „ווײַסן־הויז‟.