אַן אינטערוויו מיט שאול זאַריט

An Interview with Saul Zaritt

שאול זאַריט
Facebook
שאול זאַריט

פֿון לייזער בורקאָ

Published April 26, 2015, issue of May 15, 2015.

פֿאַר אַ יאָרן, ווען פּראָפֿ׳ רות ווײַס האָט זיך פּענסיאָנירט פֿון האַרוואַרד־אוניווערסיטעט, האָט זיך אונדזער ייִדיש־וועלטל אַ טרייסל געטאָן: געוואַלד, וואָס טוט מען; וווּ געפֿינט מען דעם מענטש, וואָס איז ראָוי צו פֿאַרנעמען די פּאָזיציע, וואָס רות ווײַס האָט פֿאַרנומען איבער צוואַנציק יאָר? טאָמער געפֿינט מען ניט, וועט ניט זײַן קיין פּראָפֿעסאָר פֿאַר ייִדישער ליטעראַטור אין האַרוואַרד, דער חשובֿסטער אוניווערסיטעט אין גאַנץ אַמעריקע. דאָס וואָלט געווען אַ בראָך סײַ פֿאַר דער ייִדיש־פֿאָרשונג, סײַ פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך גופֿא, וואָס וואָלט פֿאַרלוירן אַ זײַל פֿון איר הײַנטיקן פּרעסטיזש און אָנזען אין דער וועלט.

צו אונדזער גליק, האָבן די האַרוואַרדער חכמים און מקובלים געקענט זיך אָפּשטעלן אויף אַ קאַנדידאַט — ניט אויף אַן אַלטן געלערנטן, וואָס זאָל איצט ווערן דער נײַער פֿולער פּראָפֿעסאָר, נאָר אויף אַ יונגן, וואָס זאָל דערווײַל אָנהייבן ווי אַן אַסיסטענט־פּראָפֿעסאָר. אויסגעקליבן האָבן זיי שאול זאַריט, וואָס איז צופֿעליק אַ חבֿר מײַנער, אויך אַ דאָקטאָראַנט בײַם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר אין ניו־יאָרק. ער וועט דאָרט אָנהייבן לערנען אין האַרבסט 2016, נאָך איין יאָר בײַם וואַשינגטאָן־אוניווערסיטעט אין סיינט־לויִס, וווּ ער וועט באַקומען אַ „פּאָסט־דאָק‟־סטיפּענדיע. האָב איך געוואָלט אים אָפּגעבן מזל־טובֿ און שעפּן נחת פֿון דעם, וואָס איינער פֿון „אונדזער מאַנשאַפֿט‟ האָט געוווּנען דעם גרויסן פּריז; ווי אויך מאַכן מיט אים דעם ערשטן אינטערוויו וועגן דער דאָזיקער וויכטיקער דערגרייכונג אין זײַן קאַריערע פֿון אַ פֿאָרשער.

ר׳ שאול, עס קומט דיר אַ גרויסער מזל־טובֿ און אַ יישר־כּוח, האָסט באַקומען איינע פֿון די בעסטע פּאָסטנס אין דער ייִדיש־פֿאָרשונג! ווי דערקלערסטו עס?

קטנתּי! אַחוץ דעם, וואָס איך בין נאָר איינער פֿון אַ היפּשער גרופּע יונגע און פֿעיִקע פֿאָרשער, האָט דאָ צוגעשפּילט דער פֿאַקטאָר פֿון זײַן צוגעפּאַסט, וואָס אין אַקאַדעמישע קרײַזן רעדט מען אַ סך וועגן דעם. דאָס הייסט: איך בין ניט אומבאַדינגט דער בעסטער ייִדיש־פֿאָרשער, אָבער צווישן די קאַנדידאַטן, וואָס מע האָט פֿאַרבעטן קיין האַרוואַרד, בין איך געווען גוט צוגעפּאַסט צו די דאָרטיקע אָפּטיילן. מיר האָבן הײַנט אויף דער וועלט נישט ווייניק פֿאָרשער, און איך בין צווישן זיי, וואָס זוכן נײַע וועגן צו פֿאָרשן ייִדיש. איך האָף, אַז מײַן שטעלע קען דינען ווי אַ פּלאַטפֿאָרמע צו העלפֿן זיי אין דעם. איך זע דאָס ווי אַן אָנערקענונג פֿאַר אונדזער אַרבעט און אַ באַשטעטיקונג, אַז מיר דאַרפֿן סײַ ממשיך זײַן די אַרבעט פֿון אונדזערע „רביס‟, סײַ אויפֿטאָן עפּעס נײַס. די עיקר־פֿראַגע איז: וואָס קען מען הײַנט טאָן מיט ייִדיש נאָך דער תּקופֿה פֿון קאָנסערווירונג און אַנטאָלאָגיזאַציע?

איז וואָס טוט מען טאַקע?

קודם־כּל, וויל איך ניט זאָגן, אַז מע דאַרף פֿאַרלאָזן די אַרבעט פֿון קאָנסערווירונג, פֿאַרשטייט זיך. ס׳זײַנען נאָך פֿאַראַן שרײַבער און טעקסטן און געשיכטעס וואָס מע דאַרף זיי „ראַטעווען‟, אַזוי צו זאָגן. אָבער מע מוז אויך זוכן די נײַע פֿאָרמען און קאָנטעקסטן פֿון דער ייִדישער פֿאָרשונג. ווי אַן אָנהייב קען עס מיינען צו זוכן קאָנטאַקטן מיט דער אַלגעמיינער אַקאַדעמיע, און נישט נאָר באָרגן טעאַריעס און מעטאָדאָלאָגיעס וואָס שטאַמען פֿון אַנדערע דיסציפּלינען; זוכן נײַע טעאָריעס וואָס קומען פֿון ייִדיש, און זיי צוגעבן צום „גרויסן שמועס‟. דאָס איז מײַן אַחריות: מיט מײַן שטעלע צו שטיצן אַנדערע יונגע פֿאָרשער, זיי זאָלן האָבן אַ קול סײַ אין דער ייִדישער פֿאָרשונג, סײַ אין דער אַלגעמיינער פֿאָרשונג. למשל, מיר הייבן איצט אָן אַ נײַעם דיגיטאַלן זשורנאַל פֿאַר דער ייִדיש־פֿאָרשונג, וואָס הייסט „אין געוועב‟. האַרוואַרד איז אַ נאָמען מיט פּרעסטיזש, און איך האָף, אַז דער פּרעסטיזש פֿון האַרוואַרד וועט אויך העלפֿן אויפֿצוהייבן „אין געוועב‟ און עס מאַכן פֿאַר אַ וויכטיקן זשורנאַל אין דער וועלט.