פֿאַר וואָס Birthright Next איז אונטערגעגאַנגען

Why Birthright Next Was Doomed to Fail

Birthright Israel

פֿון דזשיי מײַקסלאָן (Forward)

Published April 24, 2015, issue of May 15, 2015.

די נײַעס, אַז „געבורטרעכט: מאָרגן‟ [Birthright Next] — די פּראָגראַם וואָס האָט געזאָלט פֿאַרשטאַרקן די ייִדישע אידענטיטעט פֿון די באַטייליקטע אין „געבורטרעכט‟ נאָך זייער אומקערן זיך צוריק פֿון ישׂראל — האַלט בײַם אונטערגיין, האָט איבערראַשט אַ סך מענטשן. אָבער בײַ די פֿון אונדז, וואָס האָבן געהאַט אַ נאָענטע פֿאַרבינדונג מיט דער פּראָגראַם, איז עס בכלל נישט קיין חידוש. „געבורטרעכט: מאָרגן‟ איז געווען אַ מוסטער פֿון דעם, ווי אַזוי דווקא נישט אויסצוגעבן מיליאָנען פֿילאַנטראָפּישע דאָלאַרן.

ווען איך האָב דאָס ערשטע מאָל געהערט, אַז דער פֿילאַנטראָפּ מײַקל סטײַנהאַרדט גרינדעט אַ המשך צו „געבורטרעכט‟, האָב איך הנאה געהאַט. „געבורטרעכט‟ האָט במשך פֿון די יאָרן צוגעצויגן טויזנטער יונגע ייִדן דורך גיבן זיי אַ געלעגנהייט פֿון אַן אמתדיקער ייִדישע איבערלעבונג. הגם די סטאַטיסטיק וועגן דער עפֿעקטיווקייט פֿון „געבורטרעכט‟ האָט טאַקע געבראַכט „געמישטע‟ רעזולטאַטן, איז עס פֿאָרט אַ מוטיקע איניציאַטיוו, וואָס האָט דערנענטערט אַ סך יונגע לײַט צו זייער ייִדישן אָפּשטאַם.

דערפֿאַר, ווען איך האָב לכתּחילה געהערט, אַז די פֿירער ווילן פֿאַרזיכערן אַ ייִדישן המשך פֿאַר די געוועזענע „געבורטרעכט‟־באַטייליקטע, האָט עס מיר געקלונגען ווי אַן אידעאַלער פּלאַן. געמיינט האָב איך, אַז „געבורטרעכט: מאָרגן‟ וועט פֿאַרבינדן די יונגע לײַט מיט די אויסגעצייכנטע, שוין־עקזיסטירנדיקע פּראָגראַמען איבער אַמעריקע, וואָס יונגע לײַט האָבן אַליין געגרינדעט, דורך אַ סך האָרעוואַניע און אידעאַליזם, כאָטש קיין סך פֿאָנדן האָבן זיי נישט; פּראָגראַמען, וואָס שפּיגלען טאַקע אָפּ די אינטערעסן פֿונעם יונגן דור, ווי, למשל, כּלערליי מינים לערן־פּראָגראַמען; סוף־וואָכן פֿון גײַסטיקער דערפֿרישונג; סאָציאַלע גערעכטיקייט־איניציאַטיוון, אאַז״וו. „אויב ׳געבורטרעכט: מאָרגן׳ וועט קענען ברענגען די קליינע אָרגאַניזאַציעס אַפֿילו בלויז אַ צענטל פֿון דער צאָל מענטשן, וואָס ׳געבורטרעכט׳ האָט געבראַכט קיין מצדה, וועט עס שוין זײַן גענוג,” האָב איך געקלערט.

„געבורטרעכט: מאָרגן‟ איז אָבער נישט געווען פֿאַראינטערעסירט אין אַזאַ צוזאַמענאַרבעט. אַנשטאָט דעם האָבן זיי אָנגעשטעלט אַ ריזיקן פּערסאָנאַל, אויסגעגעבן אַ מאַיאָנטיק פֿון סטײַנהאַרדטס געלט, און געשאַפֿן נײַע פּראָגראַמען און אָרגאַניזאַציעס — נישט־קלערנדיק, צי דאָס איז בכלל וואָס די יוגנט וויל.

„געבורטרעכט: מאָרגן‟ האָט אויך באַקומען אַ שם פֿאַר אַראָגאַנטקייט. אַז מענטשן האָבן זיי געלאָזט אַ טעלעפֿאָנישן אָנזאָג, האָבן זיי נישט צוריקגעקלונגען; ווען זיי האָבן נאָכגעמאַכט די איניציאַטיוון פֿון אַנדערע אָרגאַניזאַציעס, האָבן זיי נישט געגעבן קיין קרעדיט דערפֿאַר, און פֿאַר יעדן נײַעם „פּראָיעקט‟ האָבן זיי באַצאָלט די קאָנסולטאַנטן. געמיינט האָבן זיי צו זאָגן: „מיר זענען טאַקע די אמתע פּראָפֿעסיאָנאַלן!‟

די פּראָבלעם איז, ווען מע וואַרפֿט זיך מיט אַזוי פֿיל געלט, איז שווער צו וויסן וואָס איז טאַקע אמת. מיט 12 יאָר צוריק, למשל, האָב איך מיט אַ קאָלעגע פֿונעם Forward, געגרינדעט דעם ערשטן ייִדישלעכן זשורנאַל אויף דער אינטערנעץ: Zeek. קיין געלט האָבן מיר נישט געהאַט, אָבער מיר זענען געווען ענערגיש, אידעאַליסטיש און געהאַט געטרײַע לייענער. זינט דעמאָלט זענען אַ האַלבער טוץ בעסער־פֿינאַנצירטע אינטערנעץ־זשורנאַלן (ווי, למשל, Jewcy) געגרינדעט געוואָרן און — אונטערגעגאַנגען. מיר, דערווײַל, גייען אָן ווײַטער.

דאָס זעלבע איז געשען מיט „געבורטרעכט: מאָרגן‟. זיי זענען געווען, פּראָסט־און־פּשוט, מאַרקעטינג־קאַמפּאַניעס; נישט קיין קהילות.

דערצו האָט „געבורטרעכט: מאָרגן‟ זיך נישט אויסגעלערנט אַ צווייטע לעקציע; די זעלבע וואָס מע זאָגט שוין יאָרן לאַנג וועגן „געבורטרעכט‟: ווען מע גיט מענטשן אַוועק אַ זאַך אָן אָפּצאָל, האַלטן זיי נישט, אַז די זאַך איז אַזוי וויכטיק. פֿאַרקערט, עס שאַפֿט גאָר אַ צוגאַנג פֿון „פֿאַר וואָס נישט? ס׳קומט מיר!‟ ווען מע צעטיילט אומזיסט ביר, אומזיסטע וועטשערעס, אָדער אַפֿילו אומזיסטע טורן אין ישׂראל, געוווינט עס די „נעמער‟ צו צו וועלן באַקומען נאָך מער זאַכן אומזיסט; קיין טיפֿע ייִדישע פֿאַרבינדונגען וועט עס אין זיי נישט אײַנפֿלאַנצן.

אַ שאָד… ווען „געבורטרעכט: מאָרגן‟ וואָלט געשטיצט יונגע לײַט זיך צו באַטייליקן אין אַ לערן־פּראָגראַם ווי „לימוד‟; אָדער אין אַ פּאָליטישער קאָנפֿערענץ פֿון „אייפּעק‟ אָדער „דזשיי־סטריט‟, אָדער אין אַ „געבורטרעכט‟, געווידמעט דער ייִדישער קונסט אָדער מוזיק, וואָלט עס געקאָנט מאַכן אַ סך אַ טיפֿערן אײַנדרוק אויף די יונגע ייִדן.

דער עיקר איז, ווען מע גיט עמעצן עפּעס אומזיסט, דאַרף מען דערפֿאַר עפּעס מאָנען. אויב די יונגע לײַט באַקומען געלט פֿאַר אַ געוויסער אונטערנעמונג, דאַרפֿן זיי פֿאַרשטיין, אַז ס׳איז נישט קיין „בלאַנק־טשעק‟; זיי דאַרפֿן עפּעס טאָן פֿאַר זייערע קהילות, ווי, למשל, אָפּהאַלטן רעדעס וועגן זייער איבערלעבונג בײַ פֿאַרשידענע ייִדישע אונטערנעמונגען.

ווען די אָרגאַניזירער פֿון „געבורטרעכט: מאָרגן‟ וואָלטן טאַקע מיטגעאַרבעט און במילא פֿאַרשטאַרקט די שוין־עקזיסטירנדיקע ייִדישע פּראָגראַמען, וואָלטן זיי זיכער געשפּאָרט אַ סך געלט; זיי וואָלטן פֿאַרגרעסערט די ייִדישע קהילה אַנשטאָט צו פֿאַרגרעסערן בלויז זייער אייגענעם פּערסאָנאַל, און — דער עיקר — די אָרגאַניזאַציע וואָלט נאָך אַלץ געווען דאָ.