ישׂראלדיקע בחורים — בעסטע תּנ״ך־קענער

Israeli Teens Win International Bible Quiz

דער סאַמע ערשטער אינטערנאַציאָנאַלער ישׂראלדיקער תּנ״ך־פֿאַרמעסט, וועלכער איז פֿאָרגעקומען אינעם יאָר 1958. דוד בן־גוריון, אינעם צענטער, באַגריסט די געווינער.
דער סאַמע ערשטער אינטערנאַציאָנאַלער ישׂראלדיקער תּנ״ך־פֿאַרמעסט, וועלכער איז פֿאָרגעקומען אינעם יאָר 1958. דוד בן־גוריון, אינעם צענטער, באַגריסט די געווינער.

פֿון ייִט״אַ

Published April 26, 2015, issue of May 15, 2015.

אַ ישׂראלדיקער ישיבֿה־בחור האָט געוווּנען דעם הײַיאָריקן אינטערנאַציאָנאַלן קאָנקורס פֿון תּנ״ך־קענער, „חידון התּנ”ך‟, וועלכער איז פֿאָרגעקומען אין ירושלים דאָנערשטיק, דעם 23סטן אַפּריל, אין שײַכות מיטן 67־יאָריקן יוביליי פֿון דער ישׂראלדיקער אומאָפּהענגיקייט.

דער 15־יאָריקער אייל־יצחק מטס (מאַטאַס) פֿון רחובֿות, נישט ווײַט פֿון תּל־אָבֿיבֿ, האָט אַרויסגעוויזן דאָס בעסטע תּנ״ך־בקיות בעת דעם יערלעכן פֿאַרמעסט. דאָס צווייטע אָרט האָט געוווּנען דער 17־יאָריקער אודי אלגרבלי (עלגאַרבלי), אַ תּלמיד פֿון אַ ירושלימער ישיבֿה. אויפֿן דריטן אָרט איז געווען ארד קוצר (קאָצער) פֿון אַשדוד.

פֿאַראַיאָרן, האָט דאָס ערשטע אָרט אינעם קאָנקורס געוווּנען איתן עמוס, אַ בחור פֿון קאַנאַדע. מיט אַ יאָר פֿריִער, האָט אַ יונגער ישׂראלי, אליאור בביאַן (באַביאַן), צעטיילט די „קרוין‟ מיט אַן אַמעריקאַנער, ישי אײַזענבערג פֿונעם שטאַט ניו־דזשערזי.

במשך פֿון 20 יאָר, האָבן די ישׂראלים כּסדר געוווּנען דעם פֿאַרמעסט. מיט צוויי יאָר צוריק, אָנהייבנדיק מיט אײַזענבערגן, האָט דער מצבֿ זיך געביטן. הײַנט אָבער האָבן די ישׂראלים ווידער פֿאַרנומען די העכסטע ערטער. דאָס פֿערטע אָרט האָט געוווּנען רײַען (רפֿאל) ריפּסמאַן פֿון קאַנאַדע.

צוזאַמען מיט פֿיר באַטייליקטע ישׂראלים, איז ריפּסמאַן געווען איינער פֿון 12 אויסלענדישע פֿינאַליסטן. דרײַ פֿון זיי זענען געקומען קיין ירושלים פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, נאָך דרײַ — פֿון קאַנאַדע, און דרײַ אַנדערע פֿון מעקסיקע. די איבעריקע אָנטיילנעמער זענען געווען פֿון ווײַסרוסלאַנד, דרום־אַפֿריקע און פּאַנאַמע.