קאָנפֿערענץ פֿון ייִדיש־קולטור 1938—1948

Conference on Yiddish Culture 1938-1948

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published April 28, 2015, issue of May 15, 2015.

אַ געראָטענע קאָנפֿערענץ האָט צונויפֿגעקליבן און דורכגעפֿירט אַנאַ שטערנשיז, וואָס איז די פּראָפֿעסאָרין פֿון ייִדיש־לימודים אין אוניווערסיטעט פֿון טאָראָנטאָ. הגם דאָס וואָרט „חורבן‟ איז ניט געווען דערמאָנט אין דעם טיטל פֿון דער אַקאַדעמישער צונויפֿקומעניש, האָבן די יאָרן, וועלכע זײַנען יאָ געווען אָנגעוויזן, גערעדט פֿאַר זיך אַליין: 1938—1948; דעריבער זײַנען אַלע רעפֿעראַטן געווען אַזוי אָדער אַנדערש פֿאַרבונדן מיט דער צווייטער וועלט־מלחמה. וועגן דעם איז געווען אויך די קאָנצערט־לעקציע, וואָס האָט פֿאַקטיש געעפֿנט די קאָנפֿערענץ.

ד״ר אַנאַ שטערנשיז
Noam Ziona
ד״ר אַנאַ שטערנשיז

אַנאַ שטערנשיז און דער באַקאַנטער זינגער פּסוי קאָראָלענקאָ האָבן באַקענט דעם עולם מיט אַן אַרכיוואַלן אוצר. עס לאָזט זיך אויס, אַז אין קיִעוו האָט זיך אָפּגעהיט דער כּתבֿ־יד פֿון אַ באַנד, וואָס האָט געדאַרפֿט אַרויסגיין אין יאָר 1949. דאָס איז געווען אַ זאַמלבוך פֿון ייִדישע לידער, אָנגעשריבן בעת דער מלחמה דורך ניט־פּראָפֿעסיאָנעלע מחברים. מיט אַנדערע ווערטער — אַ מין פֿאָלקלאָר. צוליב די סטאַליניסטישע רעפּרעסיעס האָט זיך דעמאָלט ניט אײַנגעגעבן צו דערפֿירן ביזן סוף דעם דאָזיקן פּראָיעקט. איצט, מיט 65 יאָר שפּעטער, זײַנען אָט די לידער, אין גאַנצן פֿאַרגעסענע, גלײַך ווי אויפֿגעלעבט געוואָרן פֿונעם אַרכיוואַלן שטויב.

בכלל, איז אַרויסגעזאָגט געוואָרן דער געדאַנק, אַז אין דעם געביט פֿון חורבן־שטודיעס איז ווייניק דערווײַל אויפֿגעטאָן געוואָרן דורך די אַקאַדעמיקער, וואָס באַשעפֿטיקן זיך מיט ייִדיש. קיין חידוש ניט, אַז די טעמעס פֿון די רעפֿעראַטן זײַנען אַלע, איינס צו איינס, געווען פֿרישע, ניט קיין אויסגעדראָשענע. ווער האָט פֿריִער געפֿאָרשט, אַ שטייגער, מרדכי צאַנין צי מרדכי שטריגלער? איך דערמאָן, קודם־כּל, די נעמען פֿון אָט די צוויי שרײַבער ניט נאָר ווײַל יעדערער פֿון זיי האָט איבערגעלאָזט אַ ממשותדיקן שפּור אין ליטעראַטור און זשורנאַליזם; זייער בײַטראָג איז גרויס אויך אין דער געשיכטע פֿון „פֿאָרווערטס‟.

צאַנין, אַ צענטראַלע פֿיגור אין דער ישׂראלדיקער וועלט פֿון ייִדיש, איז לאַנגע יאָרן געווען אַ קאָרעספּאָנדענט פֿון אונדזער צײַטונג, בעת שטריגלערס ראָליע איז באַזונדערס גרויס — אין משך פֿון עלף יאָר, 1987—1998, איז ער געווען דער הויפּט־רעדאַקטאָר. דזשעק קוגעלמאַס, פֿון פֿלאָרידע־אוניווערסיטעט, האָט אַנאַליזירט צאַנינס רײַזע־נאָטיצן פֿון דער מלחמה־צײַט; קודם־כּל, זײַן בוך „גרענעצן ביז צום הימל‟. מרים טרין, וואָס אַרבעט איצט אין דזשאָנס האָפּקינס־אוניווערסיטעט, האָט פֿאָרגעלייגט איר אַנאַליז פֿון דער קאָרעספּאָנדענץ, וועלכע שטריגלער און ה. לייוויק האָבן געפֿירט אין די יאָרן 1945—1952.

איך שטעל זיך ניט פֿאַר דעם ציל איבערצוציילן אַלע אָנטיילנעמער און זייערע רעפֿעראַטן. דאָס קען מען זען אין //german.utoronto.ca/symposia-uoft/8th-annual-symposium-department-germanic-languages-literatures-2015-global-yiddish-culture-1938-1948; אָבער עטלעכע וועל איך, פֿון דעסטוועגן, דערמאָנען. למשל, איך האָב זיך אַ סך געלערנט פֿון דעם רעפֿעראַט פֿון רחמיאל פּעלץ. ער איז אַ פּראָפֿעסאָר פֿון סאָציאָלינגוויסטיק אין דרעקסעל־אוניווערסיטעט און פֿירט דאָרטן אָן מיט דער ייִדישער פּראָגראַם. איצט איז ער אָבער אויך אַ גאָסט־פּראָפֿעסאָר אין ייִוואָ.

אַ דאַנק דער פֿאָרשונג, דורכגעפֿירט דורך פּעלצן (אייניקע רעזולטאַטן פֿון וועלכער זײַנען דערמאָנט געוואָרן אין זײַן רעפֿעראַט), באַקענען מיר זיך אַ סך בעסער מיט אוריאל ווײַנרײַך, דעם פֿרי־פֿאַרשטאָרבענעם שפּראַכקענער, וואָס זײַן נאָמען בלײַבט באַקאַנט כּמעט יעדן איינעם, וואָס לערנט ייִדיש. איך, אַ שטייגער, הער ניט אויף צו ניצן ווײַנרײַכס לערנבוך „קאָלעדזש ייִדיש‟, וואָס איז, פֿאַרשטייט זיך, אין אַ היפּשער מאָס פֿאַרעלטערט געוואָרן — זײַן ערשטע אויפֿלאַגע איז דאָך אַרויס אין יאָר 1949.

איך בין טאַקע ניט זיכער, צי דאָס דאָזיקע בוך איז נאָך אַלץ גוט פֿאַר ביזגראַדויִר־סטודענטן, אָבער פֿאַר גראַדויִר־סטודענטן — און איך לערן ייִדיש נאָר אויף אַזאַ ניוואָ — איז עס, בלי־ספֿק, אויסערגעוויינטלעך פּאַסיק. פֿאַר וואָס? ווײַל ס׳איז גלײַכצײַטיק אַ טעקסט, וואָס טראָגט אין זיך אַ שטיקל סאָציאַלער געשיכטע פֿון די 1940ער יאָרן, און איך רעד וועג דעם מיט מײַנע סטודענטן, ווײַל קיין ייִדיש־קלאַס טאָר זיך ניט באַגרענעצן בלויז מיט אַזעלכע זאַכן ווי דאַטיוו און אַקוזאַטיוו.

ניק אַנדערוווּד
Noam Ziona
ניק אַנדערוווּד

אויף אַ גרויסער, שווערער און וויכטיקער אונטערנעמונג האָט זיך פֿאַרמאָסטן יואל בערקאָוויטש, פֿון וויסקאָנסין־אוניווערסיטעט. אַ מומחה אין ייִדישן טעאַטער, פֿאָרשט ער און שרײַבט איצט וועגן די צענדליקער ייִדישע דראַמאַטישע ווערק, וועלכע מע קען קאַטעגאָריזירן ווי חורבן־פּיעסעס. און רבֿקה מאַרגאָליס, פֿון אָטאַווע־אוניווערסיטעט, בלײַבט געטרײַ די קאַנאַדער טעמעס. איר רעפֿעראַט איז געווען וועגן דער קאַנאַדער תּקופֿה פֿון דעם דיכטער און עסיייִסט מלך ראַוויטשן. ס׳איז קלאָר, אַז אַ פֿאַרכאַפּנדיק בוך וועט אַרויסוואַקסן אויך פֿון דער פֿאָרשונג פֿון דוד שניר, פֿון קאָלאָראַדאָ־אוניווערסיטעט. ער באַשעפֿטיקט זיך מיט ייִדיש אין מיזרח־דײַטשלאַנד, ווי אויך אין האָלאַנד.

וואָגיק זײַנען געווען אויך אַנדערע רעפֿעראַטן. איצט וועט מען מוזן זיך זעצן און צוגעבן „פֿלייש‟ צו די קורצע — אויסגערעכנט אויף צוואַנציק מינוט רעדן — טעקסטן, זיי צוגרייטן צום דרוק.