אַ נדבֿה פֿון 500 מיליאָן פֿון אַ ייִדישן קונסט־זאַמלער

Holocaust Survivor Donates Art Worth $500M

איינס פֿון די מאָדערנע קונסט־ווערק פֿון ענדי וואָרהאָל, וואָס סטעפֿאַן עדליס און זײַן פֿרוי האָבן מנדבֿ געווען דעם מוזיי בײַם שיקאַגער קונסט־אינסטיטוט
Getty Images
איינס פֿון די מאָדערנע קונסט־ווערק פֿון ענדי וואָרהאָל, וואָס סטעפֿאַן עדליס און זײַן פֿרוי האָבן מנדבֿ געווען דעם מוזיי בײַם שיקאַגער קונסט־אינסטיטוט

פֿון אַנאַ גאָלדענבערג (ייִט״אַ)

Published April 28, 2015, issue of May 15, 2015.

סטיווען עדליס, אַ ייִדישער פֿאַבריקאַנט און קונסט־זאַמלער, צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי, גייל ניסאָן, האָט געגעבן דעם מוזיי בײַם שיקאַגער קונסט־אינסטיטוט די גרעסטע נדבֿה אין דער געשיכטע פֿון דער דאָזיקער אינסטיטוציע — מער ווי 40 קונסט־ווערק, וואָס קאָסטן בערך אַ האַלב מיליאַרד דאָלאַר.

עדליס איז געבוירן געוואָרן אין ווין. דער 89־יאָריקער ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה האָט דערקלערט, אַז לויטן הסכּם מיטן אינסטיטוט וועלן די קונסט־ווערק בלײַבן אין דער גאַלעריע, צוטריטלעך צו די מוזיי־באַזוכער, צום ווייניקסטן אויף 50 יאָר. עדליס האָט באַמערקט, אַז ער וואָלט בשום־אופֿן נישט געוואָלט איבערגעבן די בילדער צו „עפּעס אַ סקלאַד‟.

פֿאַראַכטאָגן דינסטיק, דעם 21סטן אַפּריל, האָט די פֿאַרוואַלטונג פֿונעם אינסטיטוט אָנגענומען די נדבֿה, וואָס רעפּרעזענטירט די פּאָפּולערע און מאָדערנע קונסט, אַרײַנגערעכנט נײַן זײַדענע אָפּדרוקן פֿונעם אַמעריקאַנער קינסטער ענדי וואָרהאָל; פֿיר מאָלערײַ־ווערק פֿונעם דײַטשישן מאָלער גערהאַרד ריכטער; דרײַ ווערק פֿונעם אַמעריקאַנער קינסטלער דזשאַספּער דזשאָנס; און צוויי לײַוונטן פֿון רוי ליכטענשטײַן, אַן אַמעריקאַנער קלאַסיקער פֿון דער מאָדערנער „נײַער קונסט‟.

לויט דער צײַטונג „וואָל־סטריט זשורנאַל‟, האָבן די עקספּערטן אָפּגעשאַצט, אַז די אַלגעמיינע ווערט פֿון די נדבֿות באַטרעפֿט כּמעט 500 מיליאָן דאָלאַר. עדליס האָט געעפֿנט זײַן פּלאַסטיק־קאָרפּאָראַציע „אַפּאָלאָ‟ אין שיקאַגע אינעם יאָר 1965. אין סוף 1960ער יאָרן, נישט זײַענדיק קיין פּראָפֿעסיאָנעל געבילדעטער קונסט־קענער, האָט ער אָנגעהויבן זאַמלען פֿאַרשיידענע שאַפֿונגען פֿון דער מאָדערנער קונסט. צוערשט, פֿלעגט ער קויפֿן פֿאַרשיידענע פּלאַסטיק־חפֿצים. שפּעטער, האָט ער אָבער אויסגעפֿונען, אַז די הענדלער האָבן ספּעציעל געבעטן די קינסטלער אויסצונוצן דעם דאָזיקן מאַטעריאַל, כּדי צוצוציִען זײַן אויפֿמערק. דעמאָלט האָט ער זיך פֿאַראינטערעסירט מיט אַנדערע מינים הײַנטצײַטיקע קונסט־שאַפֿונגען.

גייל ניסאָן איז 71 יאָר אַלט. צוזאַמען מיט איר עלטערן מאַן, פֿאַרמאָגן זיי נאָך אַרום 200 קונסט־ווערק. די צײַטונג „שיקאַגע־טריבון‟ האָט מסביר געווען, אַז ער האָט באַשלאָסן אָפּצוגעבן דעם מוזיי אַ מערקווירדיקן טייל פֿון זײַן קאָלעקציע, כּדי זײַן ווײַב זאָל זיך דערמיט נישט צופֿיל מטריח זײַן.