ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published April 28, 2015, issue of May 15, 2015.

דער ערשטער מושבֿ־זקנים אין פּוילן נאָך דער מלחמה

דער ערשטער מושבֿ־זקנים אין פּוילן נאָך דער מלחמה איז געעפֿנט געוואָרן לעבן וואַרשע. אויף פּויליש הייסט ער BIALA DALIA, דהײַנו, די „ווײַסע דאַליע‟, וואָס איז, פֿאַרשטייט זיך, אַ בלום.

דער מושבֿ־זקנים געפֿינט זיך אין קאָנסטאַנטין, אַ גרינע געגנט לעבן וואַרשע.

אינעם נײַעם מושבֿ־זקנים קענט איר וווינען אין אַ באַזונדערן צימער אָדער פֿאַר ווייניקער געלט, צוויי אין איין צימער.

דער מושבֿ־זקנים האָט אַלץ, וואָס עלטערע לײַט דאַרפֿן האָבן: אַ קראַנקן־שוועסטער, אַ פֿיזיאָטעראַפּעווט, און אַזוי ווײַטער. דער הויפּט רבֿ פֿון פּוילן, הרבֿ מיכאל שודריך, האָט צוגעקלאַפּּט די מזוזה בײַם אַרײַנגאַנג אינעם בנין אין אַ פֿײַערלעכער צערעמאָניע דינסטיק דעם 21סטן אַפּריל, און דערמיט אָפֿיציעל דערעפֿנט דעם אַנשטאַלט.

צי זײַנען די פּאָליאָקן געווען קאָלאַבאָראַנטן פֿונעם חורבן?

מאַריוש זאַוואַדזקי, אַ זשורנאַליסט פֿון דער גרויסער פּוילישער צײַטונג „גאַזעטאַ וויבאָרטשאַ‟, האָט געשריבן אַן אָפֿענעם בריוו צו מײַקל קאָמיי, דער ראָש פֿונעם „עף־בי־אײַ‟. קאָמיי האָט געזאָגט אין זײַן רעדע אינעם וואַשיגנטאָנער חורבן-מוזיי, אַז נישט בלויז די דײַטשן, נאָר אויך די אונגאַרן און פּאָליאַקן האָבן בײַגעשטײַערט צו דער פֿאַרטיליקונג פֿון די ייִדן אין אייראָפּע בשעת דער צווייטער וועלט-מלחמה.

זאַוואַדזקי דערמאָנט אָבער דעם פֿאַקט, אַז יאַן קאַרסקי, דער שליח פֿון דער פּוילישער רעגירונג אין גלות, איז געווען בײַם פּרעזידענט רוזוועלט און אים גענוי באַריכטעט וועגן דעם שרעקלעכן מצבֿ פֿון די פּוילישע ייִדן. מיר ווייסן גענוי, וואָס ער האָט געזאָגט, ווײַל מיר פֿאַרמאָגן די סטענאָגראַמע פֿונעם שמועס. קאַרסקי האָט געזאָגט, אַז איין מיליאָן אַכט הונדערט טויזנט פּוילישע ייִדן זענען שוין דערמאָרדעט געוואָרן, און דאָס איז בלויז דער אָנהייב. די דײַטשן ווילן מאַכן פֿון די סלאַוון שקלאַפֿן, אָבער פֿון די ייִדן ווילן זיי מאַכן אַש; פּראָסט־און־פּשוט — פֿאַרברענען. רוזוועלטן, דערמאָנט זאַוואַדזקי, האָבן קאַרסקיס רייד ווינציק וואָס גערירט. ער האָט יאָ געשטעלט פֿראַגעס וועגן דעם מצבֿ פֿון די פֿערד אין פּוילן. די ייִדן האָט ער געהאַט טיף אין דר׳ערד.

„אויב די פּאָליאַקן זענען געווען קאָלאַבאָראַנטן פֿונעם חורבן, איז רוזוועלט אויך געווען אַ קאָלאַבאָראַנט‟, — שרײַבט זאַוואַדזקי.

יאַן טאָמאַש גראָס: „דער חורבן, ייִדן און פּאָליאַקן‟

יאַן טאָמאַש גראָס
יאַן טאָמאַש גראָס

די פּאָליאַקן קענען נישט זײַן אין גאַנצן ערלעך, וואָס שייך דעם חורבן.

דער שער־בלאַט פֿון דער פּוילישער ווערסיע פֿון „ניוזוויק‟ טראָגט דעם טיטל: „דער חורבן, ייִדן און פּאָליאַקן‟. אונטערן טיטל שטייט אַ בילד פֿון יאַן טאָמאַש גראָס, וואָס איז באַקאַנט געוואָרן אין אַמעריקע, אַ דאַנק זײַן בוך וועגן דעם יעדוואַבנע־פּאָגראָם. גראָס האַלט, אַז די פּאָליאַקן קענען נאָך אַלץ נישט זײַן אין גאַנצן ערלעך, וואָס שייך דעם חורבן.

ער דערציילט אַן עפּיזאָד, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין דײַטשלאַנד מיט צען יאָר צוריק. ער האָט צופֿעליק דערהערט אַ שמועס צווישן איגנאַץ בוביס, דער דעמאָלטיקער פֿאָרזיצער פֿון דער דײַטשישער ייִדישער קהילה און וואָלפֿגאַנג שויבעלע, דער דעמאָלטיקער דײַטשישער אינערן-מיניסטער.

בוביס האָט באַדאַנקט שויבעלען פֿאַר דעם, וואָס ער איז געווען גרייט צו געבן די רוסישע ייִדן אַ מקום־מיקלט אין דײַטשלאַנד. שויבעלעס ענטפֿער איז געווען, אַז ער, שויבעלע, מוז זײַן דאַנקבאַר, וואָס בוביס האָט אים, אַ דײַטש, געגעבן די מעגלעכקייט צו טאָן כאָטש עפּעס פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק נאָך די מוראדיקע געשעענישן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה.

אַזאַ שמועס, זאָגט גראָס, איז נאָך אַלץ נישט מעגלעך אין פּוילן. בכלל, וויל ער גלייבן, אַז עס וועט קומען די צײַט, ווען מען וועט דערמאָנען דעם יאָרטאָג פֿונעם חורבן פֿון די פּוילישע ייִדן נישט נאָר אין דער פּוילישער ייִדישער סבֿיבֿה, נאָר אין אַלע מעסעס אין אַלע פּוילישע קירכן.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.