הונדערט יאָר נאָך י. ל. פּרץ

100 Years after Peretz

ראָרי קאַסעל רעדט וועגן פּרצן און דער השׂכּלה אין זאַמאָשטש
Adi Mahalel
ראָרי קאַסעל רעדט וועגן פּרצן און דער השׂכּלה אין זאַמאָשטש

פֿון עדי מהלאל

Published April 29, 2015, issue of May 15, 2015.

אין מיטן אַפּריל איז פֿאָרגעקומען אין וואַרשע די ערשטע פֿון די צוויי קאָנפֿערענצן, וואָס ווערן פּלאַנירט הײַיאָר, געווידמעט דעם 100סטן יאָרצײַט פֿון דעם ייִדישן קלאַסישן שרײַבער יצחק־לייבוש פּרץ (1852—1915); און היות ווי דער באַרימטער צוויי-שפּראַכיקער ייִדיש-העברעיִשער שרײַבער האָט, ווי באַקאַנט, זײַן גאַנץ לעבן פֿאַרבראַכט אין פּוילן, איז נאַטירלעך צו אָרגאַניזירן קאָנפֿערענצן און אונטערנעמונגען לכּבֿוד אים אין זײַן היימישער סבֿיבֿה. להיפּוך צו שלום-עליכמען, וואָס פֿלעגט אַ סך אַרומוואַנדערן איבער שטעט, לענדער, און קאָנטינענטן אין גאַנג פֿון זײַן לעבן, האָט עס אַ קליינעם שײַכות צו פּרצן.

ס׳איז נישט בלויז דער פֿאַקט, אַז פּרץ האָט געוווינט אין פּוילן (געבוירן געוואָרן אין זאַמאָשטש, און געמאַכט זײַן ליטעראַרישע קאַריערע אין וואַרשע), נאָר עס האָט אויך צו טאָן מיט דעם, אַז ער האָט „גערעדט‟ צו די פּוילישע ייִדן. ער איז געווען טעטיק און האָט געטראַכט און געשריבן בפֿרט וועגן זייער גורל, זייער מצבֿ, זייער קיום, זייערע לײדן און פּײַן; אַ קיצור, ער איז געווען דער מנהיג-הדור פֿון די פּוילישע ייִדן.

האָט די קאָנפֿערענץ געטראָגן דעם טיטל „טראַדיציע און דער אַוואַנגאַרד: די דרײַ-שפּראַכיקע ליטעראַטור פֿון פּוילישע ייִדן‟, און זי איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך דעם וואַרשעווער אוניווערסיטעט, בשותּפֿות מיטן תּל-אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, דעם „בן-גוריון אוניווערסיטעט אין נגבֿ‟, און נאָך אַנדערע אינסטיטוציעס. אָנגעהויבן האָט זיך די קאָנפֿערענץ אויף דעם גרויסן ייִדישן בית-החיים אין וואַרשע, וווּ מע האָט געהאַלטן אַ רירנדיקע צערעמאָניע לעבן דעם שיינעם אוהל-פּרץ.

פּראָפֿעסאָר דוד ראָסקעס האָט פֿאָרגעלייענט פּרצעס אַ פּאָר טעקסטן, און גערעדט וועגן זײַן אייגנאַרטיקן חשיבֿות צו דער ייִדישער קולטור-געשיכטע. איינער פֿון די טעקסטן, פֿאָרגעלייענט פֿון ראָסקעסן, איז געווען פּרצעס באַרימט ליד „האָף און גלייב‟, וואָס איז אַליין געוואָרן אַ הימען. די דריטע און לעצטע סטראָפֿע פֿון דעם ראָמאַנטיש-איראָנישן ליד קלינגט אַזוי:

נײַע רויזן, נײַע בלומען
וועקט דעם פֿרילינגס זיסער הויך;
עס וועט שײַנען, שמעקן, זינגען!
און — אויף אונדזער קבֿר אויך…



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.