דער נאַנאָ־תּנ״ך אינעם „ישׂראל־מוזיי‟

The World’s Smallest Bible At the Israel Museum

פּרץ לבֿיא, דער פּרעזידענט פֿונעם חיפֿהער „טכניון‟ (לינקס), און דזשיימס שנײַדער, דער דירעקטאָר פֿונעם אָפּטייל אויפֿן נאָמען פֿון ען און דזשעראָם פֿישער בײַם ירושלימער „ישׂראל-מוזיי‟, קוקן אָן דעם „נאַנאָ־תּנ״ך‟ אויף דער נײַער אויסשטעלונג.
Courtesy of the American Technion Society
פּרץ לבֿיא, דער פּרעזידענט פֿונעם חיפֿהער „טכניון‟ (לינקס), און דזשיימס שנײַדער, דער דירעקטאָר פֿונעם אָפּטייל אויפֿן נאָמען פֿון ען און דזשעראָם פֿישער בײַם ירושלימער „ישׂראל-מוזיי‟, קוקן אָן דעם „נאַנאָ־תּנ״ך‟ אויף דער נײַער אויסשטעלונג.

פֿון גייב פֿרידמאַן (Forward)

Published April 29, 2015, issue of May 15, 2015.

אין שײַכות מיטן 50־יאָריקן יוביליי פֿון „היכל הספֿר‟, דער אָפּטייל פֿונעם ירושלימער „ישׂראל־מוזיי‟, וווּ עס ליגן די אוראַלטע מגילות פֿון ים־המלח, האָט זיך דאָרטן געעפֿנט אַן אויסשטעלונג פֿונעם קלענסטן תּנ״ך אין דער וועלט.

הגם דער עקספּאָנאַט, געשאַפֿן דורך די וויסנשאַפֿטלער פֿונעם חיפֿהער „טכניון‟־אוניווערסיטעט, שטעלט מיט זיך פֿאָר דעם גאַנצן טעקסט פֿונעם תּנ״ך, באַטרעפֿט זײַן שטח בלויז אַ האַלב קוואַדראַט־מילימעטער. די גאַנצע תּורה־שבכּתבֿ איז פֿאַרשריבן געוואָרן אויף אַ פּיצל־קליינעם שטיקל סיליקאָן, וואָס אָן אַ פֿאַרגרעסערונג־גלאָז איז שווער בכלל צו באַמערקן. די שאַפֿער באַטאָנט, אַז ס׳איז אַזוי קליין, ווי אַ קרישעלע צוקער.

אַזעלכע מיקראָסקאָפּישע אויסגאַבעס פֿונעם תּנ״ך האָט דער „טכניון‟ אָנגעהויבן צו פּראָדוצירן אינעם יאָר 2009. איינעם פֿון די ערשטע עקזעמפּלאַרן האָט באַקומען דער פּויפּסט בענעדיקט דער 16טער, בעת זײַן נסיעה קיין ישׂראל.

אורי סיוון און אוהד זוהר, די דערפֿינדער פֿונעם פּיצל־קליינעם „נאַנאָ־תּנ״ך‟, וואָס אַרבעטן אינעם אינסטיטוט פֿון נאַנאָ־טעכנאָלאָגיעס אויפֿן נאָמען פֿון ראַסעל בערי בײַם „טכניון‟, האָבן דערקלערט, אַז די אותיות פֿונעם תּנ״כישן טעקסט זענען בעצם אויסגעקריצט אויף אַ סיליקאָן־קריסטאַל.

כּדי צו שאַפֿן אַזאַ מיקראָסקאָפּישן תּנ״ך, באַדעקט מען קודם אַ „וואַפֿליע‟ פֿון סיליקאָן מיט אַ זייער דינעם שיכט גאָלד, ווייניקער ווי 100 אַטאָמען. דערנאָך, מיט דער הילף פֿון אַ פֿאָקוסירטן יאָן־לאַזער, קריצט מען אויס די אותיות אויף דער באַגילדטער אויבערפֿלאַך.

דער לשון־קודשדיקער טעקסט פֿונעם גאַנצן תּנ״ך באַשטייט פֿון אַ ריזיקער צאָל פֿון בערך 1,200 טויזנט אותיות. ווען אַ סופֿר וואָלט אַליין אויסגעקריצט זיי מיט דער הילף פֿון דער לאַזער־אויסשטאַטונג, וואָלט אַזאַ ריזיקע אַרבעט גופֿא געווען אַ „נס‟ פֿונעם תּנ״כישן מאַסשטאַב. למעשׂה, האָבן די וויסנשאַפֿטלער צוגעטראַכט אַ ספּעציעלע קאָמפּיוטער־פּראָגראַם, וואָס קאָנטראָלירט דעם לאַזער־שטראַל און פֿירט דורך דעם אויסקריץ־פּראָצעס אויף אַן אויטאָמאַטישן אופֿן. די גאַנצע אָפּעראַציע פֿאַרנעמט בערך אָנדערהאַלבן שעה, אין פֿאַרגלײַך מיט אַ ספֿר־תּורה, וואָס באַשטייט בלויז פֿון די ערשטע פֿינף ספֿרים פֿונעם תּנ״ך, די חמישה־חומשי־תּורה, וואָס פֿאָדערן אָנדערהאַלבן יאָר פֿון סופֿרישער האַנט־אַרבעט.

סיוון, איינער פֿון די וויסנשאַפֿטלער, וועלכע האָבן צוגעטראַכט דעם מעטאָד צו פּראָדוצירן אַזעלכע מיניאַטור־אויסגאַבעס פֿונעם תּנ״ך, האָט דערקלערט דער ייִט״אַ, אַז דער ביבלישער טעקסט רעפּרעזענטירט די מענטשלעכע ציוויליזאַציע בכלל, וואָס גיט איבער אירע חכמה־אוצרות, שטרעבנדיק צו זײַן גענוי, פֿון איין דור צו אַ צווייטן.

הײַנט קומט אין דער וועלט פֿאָר אַ נײַע קאָמפּיוטער־רעוואָלוציע, וואָס בײַט אויף אַ ראַדיקאַלן אופֿן אונדזער צוגאַנג צו אינפֿאָרמאַציע. דער חידושדיקער סיליקאָן־תּנ״ך דעמאָנסטרירט די פֿאַרבינדונג צווישן אַזעלכע קלאַסישע האַרטע אינפֿאָרמאַציע־מיטלען, ווי ביכער און אויסגעקריצטע אויפֿשריפֿטן, און די מאָדערנע מיקראָסקאָפּישע זכּרון־מכשירים. די שאַפֿער פֿונעם פּיצל־קליינעם תּנ״ך האָבן געוואָלט פֿאַראינטערעסירן דעם ברייטערן עולם אינעם דאָזיקן רעוואָלוציאָנערן אַנטוויקלונג־פּראָצעס פֿון נײַע קאָמפּיוטער־טעכנאָלאָגיעס.

די נײַע אויסשטעלונג האָט זיך געעפֿנט דעם 20סטן אַפּריל און וועט בלײַבן אָפֿן ביזן סוף יאָר. דער „טכניון‟־אוניווערסיטעט האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אויפֿן „פֿייסבוק‟ אַ ספּעציעלע ווידעאָ אויף העברעיִש, באַגלייט מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך, וווּ עס ווערט דערציילט וועגן דער געשיכטע פֿון די עקספּאָנאַטן און די טעכנאָלאָגיעס, וואָס שטעקן אין אַזעלכע חפֿצים, ווי דער מיקראָסקאָפּישער סיליקאָן־תּנ״ך.