סאַודישער קעניג באַשטימט 2 נײַע פֿאַרטרעטער

Saudi King Appoints 2 New Successors

פֿון „רויטערס‟

Published April 30, 2015, issue of May 15, 2015.

דער פֿאַרטרעטער פֿונעם סאַודישן קעניג, פּרינץ מאָהאַמעד בין נאַיעף
Getty Images
דער פֿאַרטרעטער פֿונעם סאַודישן קעניג, פּרינץ מאָהאַמעד בין נאַיעף

דער סאַודישער קעניג סאַלמאַן האָט מיטוואָך באַשטימט אַ נײַעם ממלא־מקום, און געמאַכט זײַן זון דעם שני־למלך — אַ ממשותדיקע ענדערונג פֿון דער מאַכט, וואָס האָט אין תּוך באַפֿולמעכטיקט די צוויי פּרינצן אָנצונעמען אַ מער אַגרעסיווע אויסלאַנד־פּאָליטיק, ברפֿט וואָס שייך סאַודיעס לאַנג־יאָריקן שׂונא, איראַן.

דער 55־יאָריקער אינערן־מיניסטער מאָהאַמעד בין נאַיעף וועט איצט ווערן דער יורש פֿונעם קרוין, און דער 30־יאָריקער שוץ־מיניסטער מאָהאַמעד בין סאַלמאַן — זײַן שטעל־פֿאַרטרעטער. ביידע האָבן במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם חודש אָנגעפֿירט מיט די מיליטערישע באָמבאַרדירונגען אין תּימן, וואָס, ווי זיי האַלטן, ווערט געשטיצט פֿון איראַן. די פּאָר וועט איצט באַשטימען אַלע זיכערהייט־ און עקאָנאָמישע שריט אין לאַנד. פּרינץ מאָהאַמעד בין נאַיעף האָט נעענטערע פּערזענלעכע באַציִונגען מיט די אַמעריקאַנער הויכע באַאַמטע ווי אַנדערע מיטגלידער פֿון דער קיניגלעכער משפּחה.

דאָס באַשטימען די צוויי ווי די פֿירער פֿון לאַנד איז אַ סימן פֿון אַ מער אַגרעסיווער אויסלאַנד־פּאָליטיק, און ווײַזט ווי אַזוי סאַודיע פּרוּווט צו בלײַבן סטאַביל במשך פֿון די בלוטיקע נאָכווייען פֿונעם „אַראַבישן פֿרילינג‟. ס׳איז אויך אַ סימן פֿון איר זאָרג, אַז איר סטראַטעגישער פּאַרטנער, וואַשינגטאָן, פּרוּווט זיך, ביסלעכווײַז, צו דערווײַטערן פֿונעם ראַיאָן.

דאָס באַשטימען צוויי יונגע פֿאַרטרעטער איז אויך אַ בולטע ענדערונג פֿון דער סאַודישער טראַדיציע, וווּ דאָס לאַנד איז תּמיד אָנגעפֿירט געוואָרן פֿון די עלטסטע פֿון דער קיניגלעכער משפּחה. לעצטנס, איז געוואַקסן די זאָרג, אַז צו לאָזן די מאַכט אין די הענט פֿון אַלטע, קראַנקע קעניגן איז אַ נישט־געראָטענע סטראַטעגיע. סאַלמאַן, וועלכער איז 80 יאָר אַלט, האָט פֿאַרנומען דאָס אָרט פֿון אַבדולאַ, וואָס איז געווען 90.

„מיר ווילן נישט, אַז סאַודיע זאָל ווערן באַהערשט פֿון איין קראַנקן פֿירער נאָכאַנאַנד,‟ האָט באַמערקט דזשאַמאַל כאַשאָגי, דער פֿאַרוואַלטער פֿון דער „אַל־אַראַב‟ טעלעוויזיע־סטאַנציע.