„רויטער קרייץ‟־פּרעזידענט אָנערקענט די מלחמה־פֿעלערן

Red Cross Chief Slams Group's WW II Record

דער פּרעזידענט פֿונעם „אינטערנאַציאָנאַלן קאָמיטעט פֿונעם רויטן קרייץ‟, פּיטער מאַורער
Getty Images
דער פּרעזידענט פֿונעם „אינטערנאַציאָנאַלן קאָמיטעט פֿונעם רויטן קרייץ‟, פּיטער מאַורער

פֿון ייִט״אַ

Published April 30, 2015, issue of May 15, 2015.

דער פּרעזידענט פֿונעם „אינטערנאַציאָנאַלן קאָמיטעט פֿונעם רויטן קרייץ‟ האָט דינסטיק עפֿנטלעך קריטיקירט די פֿעלערן פֿון זײַן אָרגאַניזאַציע בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.

פּיטער מאַורע איז געווען דער הויפּט־רעדנער אויף אַ הזכּרה־צערעמאָניע אין זשענעווע, בעתן אָפּמערקן דאָס 70סטע יאָר זינט דער באַפֿרײַונג פֿון די נאַציסטישע אומברענג־לאַגערן.

„דער ׳רויטער קרייץ׳ האָט נישט באַוויזן צו באַשיצן די ציווילע לײַט, און בפֿרט די ייִדן, וואָס זענען גערודפֿט און דערהרגעט געוואָרן דורכן נאַצי־רעזשים,‟ האָט מאַורער דערקלערט, צוגעבנדיק, אַז די אָרגאַניזאַציע „איז דורכגעפֿאַלן אין איר שליחות ווי אַ הומאַניטאַרע אינסטיטוציע ווײַל זי האָט פֿאַרלוירן איר מאָראַלישן קאָמפּאַס‟.

בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, איז דער „רויטער קרייץ‟ אין זשענעווע געווען די וויכטיקסטע הומאַניטאַרע אינסטיטוציע אָנצוהאַלטן אַ פֿאַרבינדונג סײַ מיט די אַליִיִרטע, סײַ מיט די „אַקס‟־לענדער. הגם די אָרגאַניזאַציע האָט באַשיצט די אַליִיִרטע אַרעסטאַנטן אין די נאַצי־תּפֿיסות, האָט זי נישט געהאָלפֿן די דעפּאָרטירטע ייִדן, ווײַל די נאַציס האָבן עס נישט דערלויבט. דערצו האָט דער „רויטער קרייץ‟ קיין מאָל עפֿנטלעך נישט פֿאַרדאַמט די דעפּאָרטאַציע פֿון ייִדן אין די קאָנצענטראַציע־לאַגערן.

אויף דער אונטערנעמונג, וואָס איז געשטיצט געוואָרן דורכן „רויטן קרייץ‟ און דעם „אַלוועלטלעכן ייִדישן קאָנגרעס‟, זענען בײַגעווען 200 הויכע באַאַמטע פֿון דער זשענעווער דיפּלאָמאַטישער קערפּערשאַפֿט. ד״ר דבֿורה ליפּשטאַדט, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון ייִדישער געשיכטע און חורבן־שטודיעס אין עמאָרי־קאָלעדזש, און דזשיימס אָרבינסקי, דער געוועזענער פּרעזידענט פֿון דער אָרגאַניזאַציע „דאָקטוירים אָן גרענעצן‟, האָבן זיך באַטייליקט אין אַ פּאַנעל־דיסקוסיע.

ראָנאַלד לאַודער, דער פּרעזידענט פֿונעם „אַלוועלטלעכן ייִדישן קאָנגרעס‟, האָט געלויבט דעם „רויטן קרייץ‟ פֿאַר דער עפֿנטלעכער קאָנפֿעסיע. „איר האָט שוין באַוויזן אײַער מאָראַלישע אויטאָריטעט, דורך מודה זײַן, אַז איר האָט געקאָנט, און געדאַרפֿט טאָן מער,‟ האָט לאַודער באַטאָנט.