אָסקאַר גרעונינג בעט מחילה

Oskar Groening Asks for Forgivness

אָסקאַר גרעונינג בעת דעם ערשטן טאָג פֿון זײַן פּראָצעס אין לונענבערג, דײַטשלאַנד, דעם 21סטן אַפּריל
Getty Images
אָסקאַר גרעונינג בעת דעם ערשטן טאָג פֿון זײַן פּראָצעס אין לונענבערג, דײַטשלאַנד, דעם 21סטן אַפּריל

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published April 30, 2015, issue of May 15, 2015.

ווען עס האָט זיך אָנגעהויבן דער פּראָצעס איבער אָסקאַר גרעונינג — דער 93־יאָריקער געוועזענער „עס־עס‟־אָפֿיצער, וואָס האָט געהאָלפֿן ציילן דאָס געלט, וואָס מע האָט צוגענומען בײַ די ייִדישע געפֿאַנגענע אין אוישוויץ — האָב איך, ווי כּמעט אַלע וואָס האָבן געהאַט קרובֿים, וועלכע האָבן איבערגעלעבט דעם שרעקלעכן נאַצישן לאַגער געהאָפֿט, אַז כאָטש דאָס מאָל וועט מען דעם מערדער פֿאַרמישפּטן און אײַנזעצן אויף אייביק אין טורמע.

שוין אַ סך מאָל אין די לעצטע 10 יאָר האָט מען געזען, ווי מע באַשולדיקט אַן אַלטן נאַצי און פֿון דעם לאָזט זיך אַרויס אַ בוידעם — אָדער דער ביוראָקראַטישער פּראָצעס דויערט אַזוי לאַנג, אַז דער באַשולדיקטער פּגרט אין מיטן פֿונעם מישפּט, אָדער די דײַטשן באַשליסן, אַז דער נאַצי איז נעבעך, אַ קראַנקער זקן און מע דאַרף אים פֿרײַ לאָזן, צוליב „הומאַניטאַרע‟ סיבות. האָב איך געהאָפֿט, אַז דאָס מאָל וועט מען דעם מערדער ניט אַרויסווײַזן קיין שום רחמנות.

אָסקאַר גרעונינג איז, אָבער, ניט דער דורכשניטלעכער געוועזענער „עס־עס‟־מאַן. ערשטנס, האָט קיינער אים ניט געפֿאַנגען און געשלעפּט צום מישפּט. וועגן זײַן ראָלע אין דער „עס־עס‟ האָט זיך דערוווּסט די דײַטשישע פּראָקוראַטור, ווײַל ער האָט עפֿנטלעך אַטאַקירט יענע דײַטשן, וואָס לייקענען דעם חורבן, און זיי פֿאַרדאַמט אין דער מעדיאַ, זאָגנדיק אַז „מע האָט אויסגעהרגט 1.5 מיליאָן מענטשן אין אוישוויץ אויף אַ ברוטאַלן אופֿן, און איך האָב דאָס אַליין געזען מיט מײַנע אייגענע אויגן‟. כאָטש גרעונינג האַלט זיך ניט פֿאַר קיין מערדער, ווײַל ער האָט „נאָר‟ געזאַמלט דאָס „איבערגעלאָזטע‟ געלט און עס געציילט, אָנערקענט ער זײַן „מאָראַלישע שולד‟. ס׳איז אים געווען אַ חידוש, ווען די דײַטשישע פּראָקוראַטור האָט אים אין סעפּטעמבער 2014 באַשולדיקט אין מיטהעלפֿן צו דערמאָרדן 300,000 ייִדן, אָבער ער האָט קיינמאָל ניט פּראָטעסטירט, און זיך געשטעלט צום מישפּט.

וואָס אָסקאַר גרעונינג האָט אָבער געזאָגט בעתן פּראָצעס, וואָס קומט איצט פֿאָר אין דער שטאָט לונענבערג, ניט ווײַט פֿון האַמבורג, האָט אַלעמען אָבער פֿאַרחידושט. ער האָט מודה געווען וועגן אַלץ, וואָס ער האָט געטאָן און פּרטימדיק געשילדערט די שרעקלעכע אינדוסטריעלע סיסטעם פֿון מאַסן־פֿאַרניכטונג, מיט וועלכער זײַנע מיט־אָפֿיצירן האָבן אָנגעפֿירט אין אוישוויץ. ער האָט געזאָגט, אַז ער קען זיך פּשוט ניט פֿאָרשטעלן, ווי אַזוי איין מענטש האָט געקענט איבערלעבן דאָס אַלץ, שוין אָפּגערעדט פֿון די צענדליקער טויזנטער, וואָס האָבן זיך פֿאָרט אײַנגעגעבן איבערצולעבן דעם גיהנום, און אַז ער באַוווּנדערט זייער מוט.

ער האָט פֿאַרדאַמט די וואָס לייקענען אָפּ דעם חורבן און די ראַסיסטישע אידעאָלאָגיע, פֿון וועלכער ער האָט אָמאָל געהאַלטן. אָבער מער פֿון אַלץ האָט ער זיך אַנטשולדיקט און געבעטן מחילה. ער האָט געבעטן מחילה בײַ די ייִדישע לעבנס־געבליבענע פֿון אוישוויץ, וואָס זענען געפֿאָרן קיין דײַטשלאַנד, כּדי צו זאָגן עדות קעגן אים. ער האָט געבעטן מחילה בײַם ייִדישן פֿאָלק און אַפֿילו בײַ גאָט אַליין. וועגן זײַן גורל און די אָנקלאָגעס קעגן אים האָט ער באַמערקט, אַז ער איז „מאָראַליש שולדיק און איר (דער זשורי) דאַרפֿט באַשליסן, צי איך בין לעגאַל שולדיק און אויב יאָ, וואָס צו טאָן מיט מיר‟.

אַזוי ווײַט ווי איך ווייס, איז אָסקאַר גרעונינג דער איינציקער געוועזענער „עס־עס‟־אָפֿיציר, וואָס האָט עפֿטנלעך אַטנשולדיקט בעת אַ יורידישן פּראָצעס. געוויסע דײַטשישע פֿאַרברעכער האָבן עפֿנטלעך איבערגעגעבן וואָס זיי האָבן געטאָן, אָבער אַלע האָבן זיי אָדער פּרובירט צו באַשולדיקן אַנדערע אין זייערע מעשׂים, אָדער זיך באַרימען מיט זיי. ביז גרעונינג, 71 יאָר נאָך דער באַפֿרײַונג פֿון אוישוויץ, האָט קיינער ניט עפֿנטלעך געזאָגט אין אַ געריכט פֿאַר דער וועלט: „זײַט מיר מוחל‟.