מוזיי פֿון ביבלישער קונסט פֿאַרמאַכט זיך

Museum of Biblical Art Closes

פֿון אַנאַ גאָלדענבערג (Forward)

Published May 01, 2015, issue of May 29, 2015.

Courtesy of the Museum of Biblical Art, New York

די אַמעריקאַנער ביבל־געזעלשאַפֿט, אַ נישט־פּראָפֿיט־אָרגאַנזיזאַציע, געגרינדעט אין ניו־יאָרק מיט צוויי הונדערט יאָר צוריק, האָט אין 1997 געעפֿנט אַ באַזונדערע קונסט־גאַלעריע, וואָס איז אין 2004 געוואָרן אַן אומאָפּהענגיקער „מוזיי פֿון ביבלישער קונסט‟. דאָרט זײַנען פֿאָרגעקומען פֿאַרשיידענע קליינע אויסשטעלונגען, וואָס האָבן זיך כּסדר געביטן — אַזוי ווי דער מוזיי האָט ניט קיין אייגענע זאַמלונג. איצט איז דאָ צו זען אַן אויסשטעלונג וועגן דער „סקולפּטור אין דער צײַט פֿון דאָנאַטעלאָ‟. דער מוזיי האָט אַ וועלטלעכע פּערספּעקטיוו און פֿאָרשט אויס די פֿאַרבינדונג צווישן קונסט און דער ביבל, וואָס איז דער יסוד פֿאַר אַ סך מינים קונסט אין דער מערבֿ־וועלט, ספּעציעל פֿון די עלטערע תּקופֿות.

דער קליינער מוזיי געפֿינט זיך די גאַנצע צײַט אין אַ בנין אויף 61סטער גאַס און בראָדוויי, וואָס געהערט צו דער ביבל־געזעלשאַפֿט. דירה־געלט צאָלט דער מוזיי בלויז איין דאָלאַר אַ יאָר. איצט האָט די געזעלשאַפֿט אָבער באַשלאָסן צו פֿאַרקויפֿן דעם בנין און זיך אַריבערציִען קיין פֿילאַדעלפֿיע, וווּ אַלץ איז ביליקער — וועט דער מוזיי בלײַבן אָן אַ דאַך. קיין ספּעציעלן בודזשעט אויף צו דינגען אַ געהעריקן פּלאַץ פֿאַר זיך איז ניטאָ, האָבן די בעלי־בתּים באַשלאָסן אויפֿצולייזן די אינסטיטוציע. דער לעצטער טאָג, ווען מע וועט קענען באַזוכן די איצטיקע אויסשטעלונג, וועט זײַן דער 14טער יוני, און דער מוזיי וועט זיך פֿאַרמאַכן מיט צוויי וואָכן שפּעטער.