דער גליקלעכסטער טאָג אין „די־פּי‟־לאַגער

The Happiest Day in the DP Camps

Yehuda Blum

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published May 03, 2015, issue of May 29, 2015.

יעדער פּליטים־לאַגער אין דײַטשלאַנד, איטאַליע און פֿראַנקרײַך האָט געפֿײַערט דעם טאָג פֿון ישׂראלס אומאָפּהענגיקייט. אין אונדזער „די־פּי‟-לאַגער „הינדענבורג־קאַסערנע‟ איז עס דורכגעגאַנגען אויף אַזאַ אופֿן: דעם אָוונט פֿון דער פּראָקלאַמאַציע פֿון מדינת־ישׂראל, אין חודש מײַ, 1948 האָט די לאַגער־פֿאַרוואַלטונג צונויפֿגערופֿן אַ דרינגענדיקע זיצונג; די מיטגלידער פֿון אַלע ציוניסטישע פּאַרטייען פֿון לינקס, רעכטס און צענטער — אַלע האָבן זיך אָנגעשלאָסן. זיי האָבן געהאַט בלויז איין דאגה, ווי צו פֿײַערן דעם גליקלעכסטן טאָג אין ייִדישן לעבן. די עצות האָבן פֿאַרפֿלייצט די פֿאַרוואַלטונגס־מיטגלידער אין לאַגער. און דאָ, צו אַלעמענס צער, האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז דער לאַגער פֿאַרמאָגט נישט אפֿילו קיין איין בלוי־ווײַסע פֿאָן.

דער ערשטער פֿאָרשלאָג איז געקומען פֿון צענטער, צו באָרגן דעם הילצערנעם סלופּ פֿון די רעוויזיאָניסטן, איבערפֿלאַנצן אים אין מיטן לאַגער, און אויפֿהענגען דערויף די ייִדישע פֿאָן. און דאָ האָט זיך אָנגעהויבן די אמתע סומאַטאָכע. ווי נאָר די רעוויזיאָניסטן האָבן דערהערט, אַז מ’טשעפּעט זיך צו זייער הילצערנעם סלופּ, האָבן זיי זיך גלײַך געשפּאָלטן אויף צווייען, די „פּראָ־סלופּיסטן‟ און די „קעגן־סלופּיסטן‟. די „פּראָ־סלופּיסטן‟ האָבן דערקלערט, אַז ס’איז אַלעמענס פֿײַערונג, מוז מען דעם סלופּ לאָזן דאָרט, וווּ ער שטייט און זאָל די פֿאָן פֿלאַטערן פֿון רעוויזיאָניסטישן סלופּ. דער לאַגער־דירעקטאָר, אַליין אַ רעוויזיאָניסט, האָט געעצהט מען זאָל זיך אויפֿהערן צו אַמפּערן און געפֿאָדערט צו זאָל לאָזן דעם סלופּ שטיין וווּ ער געפֿינט זיך, די פֿאָן זאָל פֿלאַטערן פֿון דעם רעוויזיאָניסטיקן סלופּ.

מיט זײַן רעוויזיאָניסטישן זאָג, האָט ער אויפֿגערודערט די לאַגער־באַפֿעלקערונג, וועלכע האָט זיך אין דעם מאָמענט אויך געשפּאָלטן אויף צווייען: „פֿאַר‟ און „קעגנער‟ פֿון דעם רעוויזיאָניסטישן פֿליגל. די קעגנער האָבן אויף שנעל אויסגעגראָבן דעם סלופּ און האָבן אים איבערגעפֿלאַנצט אין מיטן לאַגער, עס זאָל הייסן מ’איז אומפּאַרטיייִש. דערווײַל האָבן די פֿרויען אויפֿגענייט אויף שנעל די בלוי־ווײַסע ייִדישע פֿאָן און מען האָט זי אויפֿגעהאָנגען אויפֿן סלופּ אין מיטן לאַגער — אַ נחת פֿאַר די אויגן פֿון דער שארית־הפּליטה.

מיטן מאָמענט, וואָס דער שבת איז אַוועק, איז דער גאַנצער לאַגער געגאַנגען ווי אויף רעדלעך; אַלע האָבן זיך געגרייט צו דער גרויסער שׂימחה. מיטאַמאָל האָבן זיך באַוויזן אין לאַגער פֿינף ייִדישע פֿענער אויף צו מאַרשירן, מען האָט צוגעגרייט ליכט צו בענטשן, קוכנס און זיסוואַרג אויסגעבאַקן עס זאָל סטײַען פֿאַר יעדערן.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.