„אייראָפּע דאַרף קאָנטראָלירן פּאַלעסטינער הילף‟

EU Urged to Control Palestinian Aid

פֿון ייִט״אַ

Published May 03, 2015, issue of May 29, 2015.

פֿולוויאָ מאַרטושיעלאָ
Wiki Commons
פֿולוויאָ מאַרטושיעלאָ

פֿולוויאָ מאַרטושיעלאָ, דער פֿאָרזיצער פֿון דער „דעלעגאַציע פֿאַר באַציִונגען מיט ישׂראל‟ בײַם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט, האָט גערופֿן די מיטגליד־לענדער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד אײַנצופֿירן אַ שטרענגן קאָנטראָל איבער די פּאַלעסטינער שטיצע־פֿאָנדן.

מיטוואָך, דעם 29סטן אַפּריל, בעת אַ פּאַרלאַמענט־דעבאַטע אין שטראַסבורג, האָט מאַרטושיעלאָס ביוראָ באַשולדיקט אין קאָרופּציע געוויסע פּראָ-פּאַלעסטינער הילף־אָרגאַניזאַציעס, און געטענהט, אַז מיליאָנען אייראָ ווערן געזאַמלט אויפֿן חשבון פֿון די אייראָפּעיִשע שטײַער־צאָלער פֿאַר פֿאַרשיידענע צווייפֿלהאַפֿטיקע פּראָיעקטן.

מאַרטושיעלאָ איז אַן איטאַליענישער דעלעגאַט פֿונעם צענטראַל־רעכטן בלאָק, בראָש מיט דער „פֿאָלקס־פּאַרטיי‟. אין זײַן הײַנטיקן אויפֿרוף צום אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, האָט ער דערמאָנט אַ שטײַער־באַריכט פֿונעם יאָר 2013, לויט וועלכן אַ טייל פֿון די שטיצע־געלטער איז במשך פֿון יאָרן געפּטרט געוואָרן אויף די שׂכירות פֿון געוויסע פּאַלעסטינער באַאַמטע אינעם עזה-פּאַס, הגם אַ טייל פֿון די דאָזיקע באַאַמטע בלײַבן שוין 7 יאָר אָן אַרבעט.

דער פּאַלעסטינער אַרבעט־מיניסטער, אַכמעד מאַדזשדאַלאַני, האָט פֿאַרטיידיקט דעם שׂכירות־אויסצאָל און באַמערקט, אַז די אַרבעטלאָזע באַאַמטע מוזן באַקומען געלט, כּדי אונטערצוהאַלטן זייערע משפּחות. אין אַפּריל 2014, האָט דער אייראָפּעיִשער פּאַרלאַמענט אָנגענומען אַ רעזאָלוציע, אין וועלכער עס ווערט אויסגעדריקט די זאָרג, אַז די קאָנטראָווערסיע מיט די שטיצע־פֿאָנדן קאָן האָבן אַ שײַכות צו קרימינעלע געלט־מאַכינאַציעס און טעראָריזם; אַ טייל פֿונעם שטיצע־געלט האָט מען באַצאָלט די קרובֿים פֿון טעראָריסטן, וואָס זיצן איצט אין די ישׂראלדיקע טורמעס.

די ספּעציעלע דעלעגאַציע, מיט וועלכער מאַרטושיעלאָ פֿירט אָן, איז געגרינדעט געוואָרן אינעם יאָר 1979 און טראָגט דאָס אַחריות פֿאַר די באַציִונגען צווישן דעם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט און ישׂראל. בעת דער זיצונג, ווען דער איטאַליענישער פּאָליטיקער האָט פֿאָרגעלייענט דעם נײַעם דאָקומענט, האָט מען דערמאָנט, אַז דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד גיט אויס לטובֿת דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָציע בערך 335 מיליאָן דאָלאַר יעדעס יאָר. אַחוץ דעם, גיבן די באַזונדערע מיטגליד־לענדער צו גרויסע אינדיווידועלע סומעס צו די פּאַלעסטינער. זינט 1994, האָט דער פֿאַרבאַנד איבערגעשיקט 7.7 מיליאַרד דאָלאַר קיין ראַמאַלע.

די קריטיקער טענהן, אַז די אייראָפּעיִשע שטיצע לטובֿת די פּאַלעסטינער איז אומפּראָפּאָרציאָנעל גרויס. למשל, אינעם יאָר 2013 האָט באַנגלאַדעש, אַן אָרעם לאַנד מיט איבער 155 מיליאָן תּושבֿים, וואָס לײַדט כּסדר פֿון נאַטור־קאַטאַסטראָפֿעס, באַקומען פֿון אייראָפּע בלויז 12.3 מיליאָן דאָלאַר. להיפּוך, האָבן די 6.5 מיליאָן פּאַלעסטינער באַקומען 37.7 מיליאָן.